Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 33

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 33 (sequence 39)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--222-9581506
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

די אויםגראבונגען אין עלעפאנטינע א יידישע מיליטער־קאלאניע אין דרום־מצרים פון 500 פאר קריסטוס העלפאנטבײן פון נוביע׳ פון דעם לאנד כוש, װײל נאר אין דער עלטםטער עפאכע/ נאך אײדער מ ע נ ע ס האט געגרינדעט דימצרישע מלוכה״ זײנען אין מצרים גופא געװען העלפאנטן• - מיליטעריש איז דאס געװען אײנע פון די װיכטיגסטע פעס- טונגען פון מצרים• צוליב דער געאגראפישער לאגע האט די דאזיגע פעםטונג געדארפט אפהיטן קעגן דעם ארײנדרינגען פון די כושים - פון דעם מעריב ברעג פון ניל> - און אויך די גרעניצן אין דרום. דעריבער הײסט טאקע די דאזיגע פעסטונג אין די מצרישע דאקומענטן: ״דער דרום־טויער״. די גארניזאנען פון די פעםטונגען פלעגן באשטײן פון פרעמדע געדונגענע סאלדאטן. א דאנק זײ האבן זיך די פרעה׳ם גע־ האלטן. אבער אויפשטאנדן. װאס פלעגן דערגרײכן קרוב צו גרויםע מרידות. פלעגן גלײך אויסברעכען אויך בא די דאזיגע גארניזאנען. װי נאר דער פרעה האט געהאט עטליכע חדשים ניט געצאלט קײן געהאלט• װאס אבער אונז אינטערעסירט דער עיקר. איז די עפאכע. בעת אויך מצרים איז געװען אונטערטעניג פריער צו א ש ו ר און דערנאך צו פ ר ס. דאס הײסט: אן ערך די תקופה פון 8־טן ביזץ 5־טן יארהונדערט. אט די פירהונדערט יאר זײנען די װיכטיגסטע סײ אין דער געשיכטע פון דעם ײדישן פאלק• אזוי אויך אין דער געשיכטע פון דעם ײדנטום. אין דער דאזיגער עפאכע איז רעפארמירט און פארענדיגט געװארן די ײדישע געזעצגעבונג• די ערשטע פראגע װעט אלזא זיץ״ װי אלט איז די ײדישע קאלאניע פון עלעפאנטינע? װארים װיסנדיג׳ אן ערך״ װען די דאזיגע קהלה איז אנטשטאנעך װעלן מיר קענען זוכן אין די פאפירוס אויך א שטיץ־פונקט פארדערקריטיק אויפן געביט פון תנ״ךז מיר װעלן אפשר קאנען דאן פארגלײכן די רע־ ליגיעזע באדינגונגען/ בא װעלכע עס האבן געלעבט אין דער זעלביגער צײט די ײדן אין פאלעסטינע און די ײדן אין דער דיאספארע• דערצו אבער מוזן מיר זאגן א פאר װערטער װעגן דער װיסענשאפטליכער קריטיק אויפן געביט פון תנ״ך. בנוגע צו זײן געזעצגעבונג• אויסער קלײנע חלוקי־דעות װעגן אײנצעלנע פרטים. איז אנגענומען בהסכם כולם בא דער װיסענשאפטליכער װעלט• אז די געזעצגעבונג פון חומש באשטײט פון דרײ פארשײדענע מקורים: די ע ל ט ס ט ע געזעצגעבונג. דער אזוי גערופענער ״ספר הברית״ (שמות 13. 24-23. 20), די צווייטע געזעצ־ געבונג׳ דער חומש דברים׳ און די דריטע דער אזוי גע־ רופענער ״כהנים־קאדעקס״ (תורת־כהנים: א טײל פון שמװ> ויקרא און במדבר). דער עלטסטער געזעץ איז אן אגראר־געזעץ. ארױסגעקומען׳ װי דאס רוב בא אן ערשטער געזעצגעבונג. פון דער רגילות פון דער אײנגעװאוינטער באציהונג צװישן די מענטשן. לויט אײנע פון די װיכטיגע מקורים אויפן געביט פון דער פארשונג פון דער אלטער װעלט זײנען די אויסגראבונגען. און אויב עס גיט זיך אײן אויסגראבן כמעט א גאנצע שטאט׳ װי יריחו א שטײגער׳ דאן האט פאר זיך דער היסטאריקער פון דער אלטער געשיכטע א גרויסן מקור׳ פון װעלכן ער קאן שעפן זײן מאטעריאל * געפינט מען בא אויסגראבונגען פארשײדענע מכשירים. װי כלים׳ געצײג א• אז• װ״ זעהט פאר זיך דער היסטאריקער די װירטשאפטליכע אנטװיקלונג פון דער אדער יענעם לאנד׳ זעהט ער צו באשטימען די צײט׳ צו װעלכער זײ געהערן, און אויף אזא אופן - די קולטורעלע מדרגה פון דער מלוכה בכלל• גליקט נאך אבער אפ צו גע־ פינען שריפטליכע דאקומענטן׳ אפיציעלע אקטן פון א רעגי־ רונגס־אינםטיטוציע׳ אדער גלאט חבורים פון אײנצעלע פערזאנען׳ װאס װארפן א ליכט אויף דעם אלגעמײנעם לעבן פון א פאלק אדער פון אן אײנצעלנער געמײנדע, - דאן איז די לאגע פון דעם היסטאריקער אויך פון דער אלטער װעלט פונקט אזוי, װי פון דעם נײעם היסטאריקער: ער האט שוין אויך זיכערע מקורים, אויפן סמך פון װעלכע ער קאן שילדערן דאס לעבן פון פאלק. אזא מין געפינס פון שריפטליכע דאקומענטן, װאס איז לויט זײן באדײטונג, אײנער פון די װיכטיגםטע אויפן געביט פון דער אלטער געשיכטע, האט מען מיט 15 יאר צוריק געפונען אין אן אלטער ײדישער מיליטער־קאלאניע׳ און דורך דעם איז געשאפן געװארן א נײער קאפיטל אין דער אלטער ײדישער געשיכטע. װידער א מאל איז דאס מצרים, דאס לאנד׳ װאס האט געשפילט אזא ראל סײ אין דער לעגענדע פון דער ײדישער געשיכטע, סײ אין איר װירקליכקײט• אויף דער ו ו י ס פ ע עלעפאנטינע. אין דרום מצרים׳ אנטקעגן דעם איצטיגן א ס ו א ן (סוען), אויף מצריש: י ע ב. האט מען צװישן גרי־ כישע און דעמאטישע פאפירוס געפונען א גרויסע צאל פאפירוס׳ װאס געהערן צו דער ײדישער קהלה פון עלעפאנטינע. אלע יידישע פאפירוס זיינען געשריבן אויף א ר א מ ע א י ש• די שטאט, װאס הײסט אויך מיטן נאמען פון דער װיספע: עלעפאנטינע׳ איז אײנע פון די עלטםטע שטעט׳ װאם די געשיכטע קען. איר מצרישער נאמען איז י ע ב, - די ״העלפאנט־שטאט״. לויט עדוארד מייער. דער איצטיגער נאמען עלעפאנטינע שטאמט פון די גריכן• לויטן האנדל׳ האט די דאזיגע שטאט געשפילט אין מצרים א גרויסע ראל שוין אין דער עלטסטער תקופה פון דער ממשלה פון די םרעה׳ס׳ נאך פאר 2160 פאר קריסטוס• עדוארד מײער האלט אפילו. אז דער נאמען פון דער שטאט גופא איז כולל איר אמת׳ע באדײטונג: פון איר פלעגן די מצרײם באקומען דאם

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.