Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 30 (sequence 36)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--219-9581503- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
האט זיך אביסל נאכגעלאזט• ער איז פרײנדליכער געװארן. אמת. ער רעדט נאך אלץ זעהר גערן - אזן דאס זעהט מען אויך אין זײנע קונסט־קריטיקן פון נאך 1900 - פץ קראנק־ האפטיגקײט. אבער זײן דיאגנאז באשטימט שוין ניט׳ אזוי װי פריהער׳ מידיגקײטס־היסטעריע׳!^־וסבת א. א• װ. אין אן ארטיקל װעגן דעם מאלער סיסלײ גײט זײן גוט־ מיטיגקײט אזוי װײט׳ אז ער רימט שוין אפילו די פרע־ ראפאעליסטן פאר א מדה׳ װעלכע ער האט אין די ס9־ער יארן׳ בשעת ער האט געשריבן זײן ״ענטארטונג׳/ געהאלטן אלס א אויסדריקליך פאטאלאגישע׳ דהײנו: דאס האלטן זיך אין די פרטים- דאס ״באטאניש־ריכטיגע לוזשאיקע־מאלעכץ מיט בלומען און בוימער״ - װי ער האט עס דעמאלס אנגע־ רופן. אצינד געפינט ער שוין גאנץ אנדערע װערטער פאר אט דער ליבע צו די פרטים. ער שרײבט: ״אײנס מוז מען אין זײ לויבך זײ פארשטעהען און ליבן דאס פלאנצן־לעבן׳ פאר זײ האט יעדעם גרעזל׳ יעדע קרײטעכץ-פון די בוימער שוין ניט צו רײדן-א פיזיאנאמיע׳ אפערזענליכן סוד׳װעלכן זײ װײסן צו אנטדעקן און אויסזאגן׳ אדער לפחות מרמז זײן״. זעהט נור׳ װי נארדוים שפראך איז שוין דא הארציגער און װײכער געװארןן בא פואװי־דע־שאװאן האט ער שפעטער געלויבט די פרי־ מיטױויטעט און ער האט זי אנערקענט אלס עכט און אויפ־ ריכטיג׳ בשעת ער האט פריער זי חושד געװען און געהאלטן פאר א פאזע. און ענדליך געפינט ער שוין אין מילע און קאגםטאנטין מעניע׳ דעם מאלער און סקולפטאר׳ קינסטלער׳ צו װעלכע ער קאן זיך שוין כמעט אהן תנאים באפרײנדן. אמת׳ זײ פאםן אם מײנסטן צו זײן געשמאק. זײ שטעלן מיט זיך פאר א רעאליזם׳ ניט אזא גראבן׳ - דער גראבער רעאליזם פון קורבע און אין מיאוסקײט זיך גריבלענדער זאלא האבן אים געעקלט׳ - א רעאליזם׳ װאס דריקט זיך אוים אײגנטליך מער אינ׳ם שטאף גופא אײדער אין דער קונסטפארם. מילע׳ס לאנדארבײטער און מעניע׳ס פאבריק־ ארבײטער זײנען שענער׳ עדלער׳ װי זײ זײנען אין לעבן. און דאס איז עס גראד׳ װאס נארדוי האט אזוי פארעהרט אין דער קונסט: לעבן• א ארבײטספרעהליכעס אײנפאכעס לעבן אהן חכמות׳ א צוריקקעהרן צו דער נאטור׳ אפגעטרעטן פונ׳ם שטעטישן טומעל׳ אבער אהן דער פראזע פון רוססאן שײנ־ קײט׳ אבער ניט קײן נאטור־פרעמדע׳ נאטור־פײנדליכע שײנ־ קײט׳ קורץ: א מזיגה פון רעאלן און אידעאלן׳ פון קײן זאך ניט צו פיל אדער צו װעניג׳ נאר אקוראט אין דער מאם. אבער די ױגענט װײסט ניט פון קײן מאס׳ און דארט װאו נארדוי בײזערט זיך און שרײט: דאס איז אומנאטור׳ דארט איז דאך אין אמת׳ן געװען בלויז א ראנגלען זיך צו געפינען א אויס־ דרוק און דאס האט געמאכט שטאמלען די קינסטלער. נארדוי האט ניט געװאלט גלויבן אין דער אויפריכטיגקײט פון אט דעם ראנגלען^ און האט געהאלטן דאס שטאמלען פאר א גאוה׳דיגער פאזע• האט ער ביסלעכװײס אנגעהויבן בעםער פארשטעהן׳ אדער איז ער בלויז מיד געװארן׳ אט דער מוטיגער נביא פון דער אויפקלערונג? שטענדיג זײן א רײן׳ קלוג׳ מוסטער־בחורל׳ װי משה מענ־ דעלסאן. ס׳העלפט ניט! דאס איז אפשר די הויפטשטימונג פון אונזער הײנטיגער צײט• די שריפטשטעלער׳ װאם נארדוי האט זײ פארמשפט׳ זאלא׳ מעטערלינק׳ װערלען׳ מאלארמע״ סװינבארן׳ איבסען׳ מאכן הײנט אויף אונז שוין ניט מער אזא פארכשופדיגן אײנדרוק װי אמאלן צו באװאונדערן א פואװי־דע־שאװאן׳ א קאריער׳ די פראנצויזישע אימפרעסיאניסטן׳ די ענגלישע פרעראפאע־ ליסטן׳ איז הײנט שוין ניט דער לעצטער אויסגעשרײ פון דער מאדע• אבער פארט האט די קונםטריכסונג׳ אדער ריכ־ טיגער: קונסטריכטונגען פונ׳ם סוף פון 19־טן יארהונדערט׳- דער דאזיגער׳ בא נארדוי אזוי פארהאסטער׳ ״פען־דע־סיעקל״ (6!ס^8 ״11) - א גרויסע װירקונג געהאט און א דאנק זײ זײנען די אויסדרוקסמיטל פון דער קונסט פיל רײכער געװארן• נארדוי האט זיך געקאנט ערגערן׳ צום בײשפיל׳ װאס די פאעזיע באדינט זיך מיט אויסדרוקן׳ װאס האבן א שײכות אײגנטליך צו דער מוזיק׳ װאס זי דאגה׳ט אזוי װעגן קלאנג און אפטמאל שטעלט זי זיך אינגאנצן אויפ׳ן קלאנג און פאר־ קריכט אויף אזא אופן אינ׳ם גבול פון א פרעמדן פעלד• ער האט געקאנט זײן פעדאנטיש׳ פונקט װי די פסעװדאקלאסי־ קער׳ װעלכע האבן געשװאוירן אפצוהיטן די דראמאטישע אײנהײט פון ארט׳ צײט און האנדלונג. ער מײנט׳ אז ער איז שפיציג און פיפיג׳ װען ער אנטדעקט אונז׳ אז ״די פיל גע־ רימטע גריכישע טעמפל־בוי־קונסט איז אײגנטליך געװען׳ צום גרעסטן טײל׳ א פראדוקט פון געדאנקן־לאזיגקײטז זי האט פשוט קנעכטיש נאכגעמאכט אין שטײן די האלץ־ארכי־ טעקטור׳ װאם זי האט שוין פאר זיך געהאט פון די עלטערע צײטן״. גלײך װי דער גריכישער טעמפל װעט אונז דערפאר פארקומען װעניגער פרעכטיג׳ װײל מיר װײסן שוין פון װאנען ס׳שטאמען זײנע קונסט־פארמען! גלײך װי די שײנ־ קײט פון א שפראך װאלט דורך דעם עפעס געליטן׳ װײל אין איר זײנען דא װערטער׳ װאס האבן פארלארן זײער אור־ שפרונגליכן זין׳ אדער זײנען געבויט דורך א טעות׳ א פאר־ גרײזטקײט א. א♦ װ• נארדוי געהערט צו די׳ װאס זאגן׳ אז די גאנצע געשיכטע איז ניט מער װי א רײה טעות׳ן. ס׳פעהלט אים דער חוש פון דער געשיכטע. און גראד אין דער קונסט באטײט זעהר פיל דאס אומבאװאוסטע׳ װאס מיר ברײנגען מיט אלס נדן פון דער פארגאנגנהײט• אמת׳ בדי צו באקעמפן א קונסט־פארם׳ װאס פאסט מער ניט צום געפיל פון דער צײט׳ באדינט זיך דער קריטיקער אמאל מיט שארפן כלי־זײן פון פארשטאנד׳ אויב דאס כלי־זײן טויג גראד פאר דעם אויגנבליק. נארדוי האט אבער דאס כלי־זײן באנוצט גראד אקעגן די ױנגע׳ אקעגן די אויפשטרעבנדע• עס האט אים ניט פיל גענוצט. צענדליגע יארן לעבן אין פאריז׳ א טעגליכער מגע ומשא מיטן לעבן און װעבן פון דער דאזיגער שטאט׳ װאו א קונסט־אויסשטעלונג איז נאך א גע־ שעהעניש׳ די אומאויפהערליכע פראפאגאנדא פון די יונגע - דאס אלעס האט געבראכט דערצו׳ אז נארדויס היציגקײט ■ד ־־ ־י ־׳- י רחל װישניצער־בערנשטײן. 30