Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 29 (sequence 35)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--218-9581502- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פונסססדטיס ׳יפדונגעז און דער אנסװיק מאקס נארדוי ניש־ריכטיג פארגעשטעלטע לוזשאיקעס״׳ בלומען און בוי־ מער•.. די דײטליכע מוסטערן פון טעפיכן און װאנט־שפאליר בא די פרעראפאעליסטן... דאס אלעס איז פאר נארדוי׳ן א צײכן פון מאנגלהאפטער קאנצענטרירונג באם קינסטלער׳ פאר װעלכן׳ װי עס װײזס אויס׳ א בוים באטײט אזוי פיל װי א מענש, װעלכער איז א פנים אומפעהיג צו מאניפעסטירן זײן אינטערעס צו א באשטימטן געגנשטאנד׳ אדער אפשר האט ער בכלל קײן שום אינטערעס ניט פארן אביעקט פון זײן קונסטי נארדוי דערפירט די דאזיגע טײלנאמסלאזיגקײט פונ׳ם קינסטלער ביז צום פאטאלאגישן- - אין װעלכן געביט ער איז אלס דאקטאר׳ באזונדער הײמיש- - און בארוהיגט זיך ניט אזוי לאנג. ביז ער דערגרײכט צום משפט- אז דאס געהערט צו דער קאטעגאריע פין ^!מ^פס! 31זסמ1. אין דער ליטעראטור האט נארדוי ליב געהאט טורגעניעװן און ניט טאלסטאיך װײל בא טאלסטאין׳ באזונדערס אין זײן ״קריג און פרידן׳/ באגעגנט ער זיך מיט יענער ארבעטס־מע־ טאדע׳ װעלכע איז אים באזונדער דערװידער געװעך הײנו די מעטאדע ״אויפצונעמען גלײכמעסיג אלע פרטים און זײ אויסשטעלן אײנס נעבן אנדערך ניט לויט זײער ו ו י כ ט י ג ־ קייט פאר׳ן עיקר געדאנק-נור לויט זײער באצי־ הונג צו דער עמאציע פונ׳ם דיכטער• א ״עיקר־גע־ דאנק״ אױ דא קוים צו באמערקן. אדער ער איז טאקע לחלוטין ניטא״. אט האבן מיר עס. דער מאדערנער קינסטלער איז. בכן- גארניט אזוי גלײכגילטיג און לחלוטין ניט אומפעהיג אויסצו־ דריקן זײן טײלנאם אינ׳ם אביעקט פון דער אויסמאלונג. ניט מעהה עס איז אים דערװידער צו פארמולירן׳ װאס ער זעהט אין א געדאנקליכער סכעמא. ער װיל ניט מער װי װײטער צופירן זײן צורודערטקײט. זײן אויפרעגונג. אדער אויך זײן רוהיגן תענוג פונ׳ם געזעהענעם אנדערע צו איבערגעבן. נארדוי אבער האט מורא. צוליב עפעס א טעם׳ פאר די עמאציעס• אײן סבה דערצו׳ איז ער אלײן מודה׳ אז ס׳איז זײן מורא׳ אז אין יעדער הערשונג פונ׳ם געפיל׳ פונ׳ם ספאנ־ טאנען׳ אירראציאנאלן׳ קאן אויסברעכן דער רעליגיעזער שגעון• די מעשה מיט װאגנערן באװײזט׳ אז דאס איז ניט קײן אומזיםטער פחד געװען. דארט האט דאס אירראציאנאלע זיך געפארט מיט אנטיסעמיטיזם. הײנט אבער קאנען מיר בא־ שטעטיגן׳ אז אויך ײדן׳ װי בערגסאן׳ שעסטאװ׳ בובעה טרעטן אויף אלס װארטפירער פונ׳ם אירראציאנאליזם• די מניעה׳ װאס נארדוי האט געזעהן׳ איז פאר פילע אצינד אװעקגעפאלן. מענטשן װילן אמאל לעבן נאכן געפיל און ניט אין קונסט־פראגן האט נארדוי געקאנט זײן פארטײאיש׳ װי קײן אנדערער• ער האט פארשטאנען צו האסן. מיט צארנ־ דיגער אויפגעבראכטקײט האט ער אמאל גערעדט װעגן דער אראבעסקא׳ די דאזיגע ״טויזנט מאל איבערגעחזרטע, קײן שום באשטימטע זאך ניט פארשטעלנדיגע געפלעכט פון א מוירישער פלאכן־דעקאראציע״• די אראבעסקא האט נארדוי באטראכט װי עפעס א סכנה־זאך. װײל זי שלעפערט אײן דעם געדאנק• װײל זי גיט א חיזוק דער שגעונדיגער אײנבילדונגם־ קראפט• װײל זי איז צוגעפאסט צום ״קײף׳/ צו יענעם חלומדיגן צושטאנד׳ װעלכן די מזרח־מענשן האבן אזוי ליב• נארדוי איז געװען דער טיפישער משכיל׳ אויפקלערער׳ א ענציקלאפעדיסט פון װאלטער׳ם שניט׳ װעלכער האט פאר־ שפעטיגט אויף הונדערט יאר• אין פארגלײך מיט אים איז שוין דידערא׳ װאלטער׳ס און רוססא׳ס געזינונגסגענאסע׳ גאר א אײנגעהאלטענער קונסט־ קריטיקער געװען• אמת, דידערא האט זיך באמיהט ארײנצופירן די אידעען פון דער השכלה אין דער קונסט־אנשויאונג. ער האט פאר־ אורטײלט די ״אויםגעליגנערטע״ הויף־קונסט פון בושע׳ פון װאטא• ער האט געלויבט, אין געגנטײל׳ די בירגערליכע סענ־ טימענטאלע זיטן־מאלער... װי גרעז. אבער7 אלס פראנצויז מיט געשמאק׳ האט ער פארט ניט געקאנט גלאט אזוי אפ־ שטופן װאטא׳ס מאלערײ׳ כאטש אפילו איר רעאקציאנערער תוכן האט אין אים ארויםגערופן א גרויל• די געשיכטע פון דער קונסט האט׳ צום ענדע׳ דאך בארעכטיגט װאטא׳ן און ניט גרעז׳ן׳ און װאס ס׳איז נוגע דעם אינהאלט׳ זײנען אונז גרעז׳ס זיםליכע מילך־מײדעלעך ניט סימפאטישער פון די אמארעטן און הויף־דאמען פון דער ראקאקא־קונסט׳ בײדע זײנען אונז גלײכגילטיג געװארן• נארדוי פארשטײט די ״נײע״ קונסט, די קונסט׳ װאס איז אין זײן צײט אויפגעקומען׳ אלס א ירידה׳ אלס א װידער־ אויפלעבונג פון קאטוילנטום• סימבאליזם׳ פרעראפאעליזם זײנאן בא אים אלץ אײנס װי נײ־קאטאליציזם. װאם אײגנטליך האט ער צו די דאזיגע קונסט־ריכטונ־ גען? - דאס זעלבע׳ װאס עס ערגערט אים אינ׳ם מוירישן ארנאמענט׳ דהײנו: דער מאנגל פון קאנצענטראציע אינ׳ם אופן צו זעהן און צו דענקן׳ טויזנט מאל איבערגעקניפטע און אן א סוף זיך איבערחזרנדיגע באנדגעפלעכט פון דער ארא־ בעסקע׳ די ״אונענדליכע מעלאדיע״ פון װאגנערן׳ די ״באטא־ 29