Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 31 (sequence 37)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 68% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--220-9581504- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פון נארדויס קונסטקריטיקען ״פון װאנען נעמט זיך דער מערקװירדיגער כשוף׳ װאס װירקט אויף אונז פון די מענער פון דער איטאליענישער רענעסאנס? װײל זײ זײנען געװען אונױוערסאל מענשן• אלע זײערע פעהיגקײטן זײנען געװען אינגאנצן אנטװיקלט׳ אלע מעגליכקײטן׳ װאס האבן אין זײ געשטעקט׳ זײנען אנטװיקלט געװארן ביז צום לעצט און די קינסטלער זײנען געװען אלעס׳ װאס זײ האבן געװאלט זײן• מיקעלאנדזשעלא האט געמאלט׳ געפארעמט און געבויט דעם קופאל פון סט• פעטער און געשריבן װאונדערשײנע שירי״ם• בענװענוטא צעלליני האט געקאנט ארבײטן אי מיט דער לאפעטקע אי מיטץ טרײבהאמער׳ אי מיטץ בלײשטיפט אי מיט דער פעדער׳ און מיט דער שװערד גלײך װי מיט אלע אנדערע װערקצײג• מאקיאװעלי האט פונקט אזוי װאונדערבאר אד־ מיניסטרירט װי ער האט געשריבן׳ און לעאנארדא האט געמאלט די נאכט־סעודה צװישן א מוזיקאלישער קאמפאזיציע׳ א אויס־ פארשונג אין דער מעכאניק׳ א פלאן פון א פעםטונג׳ א מאדעל פון א טרױמף־װאגען און א פלאן װעגען א באװאסערונגס־קאנאל״• (די געזעלשאפטליכע אויפגאבע פון דער קונסט• פונ׳ם בוך: ״פון קונםט און קינסטלער״ 1905•) ״די טאפאגראפישע און נאציאנאלע אונטערשײדען האבן ניט באמת אין דער קונסט קײן אינערליכע׳ גײסטיגע בארעכטיגונג העכםטנס נאר א בעקװעמליכקײטסװערט׳ אזוי װײט װי זײ מאכן מעגליך אויסערליכע גרופירונגען׳ כדי גרינגער צו מאכן די איבערזיכט• די גאנצע אײראפעאישע קונסט איז אײנהײטליך״• (זײ אלטפראנצויזישע מײםטער•) ״דאמיע איז א אײנזאמער• ער האט ניט קײן קורבות מיט קײנעם פון זײן צײט׳ דאך איז ער א בײשפיל פון גלגול• דען אין אים האט װידער אויפגעלעבט האגארט׳ אבער א האגארט׳ װעלכן פון זײן זײט װאלט באזעלט א פינקעלע פון רעמבראנדט׳ס גײסט•״ (א יארהונדערט פראנצויזישע קונסט•) ״די ערשטע׳ װאס זײנען אנגעלאפן מיט טומל און װילדן מאכן מיט די הענט׳ ארום די געװאגטע פרעדיגער פון דער נײער ישועה־לעהרע׳ זײנען געװען שריפטשטעלער און זשורנאליסטן• זײ האבן ניט פארשטאנען קײן טאן פון מאלערײ און װאלטן ניט פעהיג געװען צו אונטערשײדן צװישן א אײלפארבדרוק פאר א קוטשער־שענק און א עכטן לעאנארדא? צי איז א בילד פארשװארצט צי דורכגעטרונקען פון זונען־ליכט׳ צי איז א מענטשן־געשטאלט אומבאהאלפן סטיליזירט׳ צי אמת נאטירליך געפילט געװען׳ - דאס איז פאר זײ געװען אזוי לחלוטין גלײכגילטיג װי די פארב פון דער כינעזישער קעניגינס שלאף־ראק• אבער זײ האבן געשפירט׳ אז די דאזיגע באװעגונג אין דער קונסט שטעהט עפיס אין א שײכות מיט די אלגעמײנע רעװאלוציאנערע געדאנקן און געהט אקעגן דער רעגירונג• ס׳האט זיך זײ געדאכט׳ אז עדוארדמאנעס נאקעטע פרויענצימער שרײען: נידער מיט נאפאלעאנען נ די פונקעלדיגע מיטאגסליכט פון קלאד מאנע האט זײ אויסגעװיזן װי א נקמה־געשרײ אקעגן דעם מלוכה־ איבערקערעניש• פיסאראס לאנדשאפטן האבן זײ משיג געװען װי א מין אילוסטראציע צו װיקטאר הוגאס ״באשטראפונגעך׳ און רענוארס טאנצנדע גריזעטקעס האבן דייטליך אויסגעדריקט פאר זיי א פארניכטענדען משפט איבער דער מעקסיקאנישער עקס־ פעדיציע• אלע שונאים פונ׳ם קײזערטום האבן באטראכט דאס ״פרײליכט״ אלם א פונקט פון זײער פאליטישן פראגראם• האט אײנער געװאלט זײן אן אמת׳ער רעפובליקאנער׳ האט ער געמוזט שװערן אויף׳ן רעאליזם• אויף אזא״ אופן זײנען גאמבעטא און זאלא געװארן פאנאטיקער פון דער נײער ריכטונג ן ניט מחמת עסטעטישע טעמים׳ אזעלכע זײנען ניט געװען בא בײדן׳ נאר מחמת אפאזיציאנעלקײט דער רעאליזם האט ארום 1868 באטײט א מרידה אקעגען א שטיק פון דער אװטאריטעט פונקט אזוי װי דער רעפובליקאניזם• זײנען דען ניט אין 1848־ער יאר א פארװאקסענע בארד און א צוקנײטשטע שליאפע געװען םימנים פון רעװאלוציאנערער געזינונג? און איז ניט ארום 1895 א ברײט־צולאזטער קראװאט געװען א סימן׳ אז דער מענטש האלט פון פערזן אן גראם און פון מעטערלינקן?״ (דער טרױמף פון א רעװאלוציע.) ״אין װערלען׳ס אופן װי זיך אויסצודריקן פאלט אויף צװײ זאכן: ערשטענס דאס אפטע איבערחזרן אײן און דאס זעלבע װארט׳ אײן און דיזעלבע װענדונג׳ יענעס ״איבערקײען״ װאס מיר קענען אלס סימן פון שװאכזיניגן דענקען• כמעט אין יעדן געדיכט זײנעם װערן אײנצעלנע פערזן׳ אדער האלבפערזן עטליכע מאל איבערגעחזרט אהן שום ענדערונג׳ און אנשטאט א װארט צום גראם קומט אפט דאס זעלבע װארט װידער אמאל•״ (ענטארטונג•) ״מ׳זאל ניט אפלײקענען׳ אז די דאזיגע דיכטערישע מעטאדע בא װערלענען גיט אמאל זעהר שײנע רעזולטאטן• אין דער פראנצויזישער ליטעראטור זײנען דא װעניג שירים׳ װעלכע װאלטן געקאנט שטעהן אין ״אײן רײה מיט׳ן ״הארבסט ליעד״• (ענטארטונג.) 31