Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 25 (sequence 31)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--214-9581498- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
.'־4׳ '•3*..־;# ׳ז ו1 אקוסטיק זײנען איבעראשענד: ער האט אנטדעקט די בא־ װעגונגץ פון די גלײכמעסיגע קלאנגען און זײער צונײפגיסונג אין א הארמאניע• אלס מאלער ד־זאט ער זיך באזונדער אינטערעסירט מיט דער לעד־זרע װעגען לופט און האט געגעבן א מעטאדישע דארשטעיד־יונג װעגען דעבם ווי די ליכט־שטראלען דרינגען אריין אין אויג. כמעט אלע זײנע יארען האט ער זיך פארנומען מיט אנאטאמיע• זײנע קענטניש אין דעם זײנען געװען פיל גרעסער׳ װי ער האט זײ באדארפט אלס קינסטלער און פיל גרעסער׳ װי בא אלע געלערנטע פון זײן צײט• אנאטאמירן מתים איז צו יענער צײט פון דער קירכע פארבאטן געװען• לעאנארדא האט זיך מיט דעם פארבאט ניט גערעכנעט און דערפאר האט מען אים אלע יארען גערודפט• אבער ער האט דורך דעם צוגעגרײט מאטעריאל צום װיסנשאפטליכן אויפבוי פאר די שפעטערדיגע דורות• לעאנארדא איז אויך געװען דער ערשטער׳ װעלכער האט זיך פארנומען מיט דער קאמפעראטױוער (פארגלײכענדער) אנאטאמיע און איז דורך דעם געקומען צום באשלוס׳ אז דער מענטש איז א ארגאניש באשעפעניש װי אנדערע׳ א מין בעל־חי פון א העכערער מדרגה• לעאנארדא אױ אלזא געװען דער פיאניר פאר דארװינס טעאריע• פון זײנע כתבים זעהט מען׳ אז ער האט זיך אינטערעסירט אויך מיט ביאלאגיע און בא־ טאניקע און האט שוין דעמאלט געהאט א השגה אין דער געזעצליכער ארדנונג און קלאסיפיצירונג פון די שטאקן׳ צװײגן און בלעטער• אויך אין צאאלאגיע האט ער עוסק געװען׳ אבער נאר אין פארבינדונג מיט דער אנאטאמיע אין ביאלאגיע• מיר זעהן אלזא׳ אז ער האט ניט דורכגעלאזן כמעט קײן אײנציגע װיסנשאפט׳ ער זאל זיך מיט איר ניט באשעפטיגן• דאם איז געװען א אונױוערזאל־געניע׳ װאס האט גרויסעם געשאפן אויף אלע געביטן• אין דער מאלערײ אבער איז ער געװען ניט בלויז א פיאניר׳ נאר א װעגװײזער. א קלאסיקער און פארבילד פאר די שפעטערדיגע קינסטלער• ער איז געװען דער ערשטער׳ װאס האט זיך פאר־ האלטען מיט געפיל צו דער ליניע ז ער האט דער ערשטער דערפילט די צארטקײט פון דער הויט• דורך דעם פײנערען טאסט־געפיל׳ װי מיר זעהן עס אין לעאנארדא׳ס געשטאלטן־ שאפונג׳ באקומט דער פרויען־קערפער א גאנץ נײעם קינסט־ לערישן װערט• לעאנארדא איז געװען דער ערשטער מאלער׳ װאס האט באגריפן די נױטװענדיגקײט פון דער געשטאלט פארץ בילד און דעם מאדעל האט ער אנגערופן: ״די נשמה פונ׳ם בילד״• ער איז געװען דער ערשטער צו באװײזען׳ װי נײטיג ס׳איז די אנאטאמיע און די פסיכאלאגיע פאר דער קונסט• בכלל איז זײן אידעאל געװען צו דערלאנגען יענע הויך• װאו די קונסט און װיסנשאפט קומען זיך צונויף׳ און דאס שענע איז ניט מעהר װי די פארװירקליכונג פונ׳ם אמת• ער האט אנטדעקט די מוזיקאלישע שײנקײט אין די פארבן און ער האט אויך אנטדעקט די ליכט־שאטענס ן אין דעם פרט איז ער געװען דער פארלויפער פאר רעמבראנדטן. פון אים הויבט זיך אן די מאדערנע קאמפאזיציע־לעהרע ז ער האט אונז געגעבן נײע געזעצן װעגן דער ליניען־קאמ־ פאזיציע. מיט אײן װארט: פונקט אזוי װי ער איז געװען פיעלפארביג אין זיין פערזענליכקײט. פילזייטיג אין זיינע ארוים׳ איז לעאנארדא אנידערגעפאלן אויף זײן שטוהל און דאן אנגעהויבן זיך ארום יאגן איבער׳ן צימער װי א משוגענער• צונאכט־צו איז ער אװעק אין שלאס׳ זיך אויסגעבעטן א אוידיענץ און געװארפן זיך פארן קעניג אויף די קניע און מיט טרערן אין די אויגן זיך געבעטן- מ׳זאל אים די דזשיא־ קאנדא לאזך אזוי לאנג װי ער װעט לעבן• נאך זײן טויט זאל זי געהערן צום קעניג. צו זײן גליק איז דערבײ געװען דעם קעניגס שװעסטער און זי מיט איר פרױען־הארץ איז געװען װײכער װי דער קעניג• זי האט דעם קעניג אײנגע־ רוימט׳ אז דאס איז אודאי דאס בילד פון ךין געליבטעו/ און ס׳איז דערפאר א ױשר עס אים צו לאזן. דער קעניג האט איר פארװאונדערט אפגעענפערט: ״זי איז דאך טויט!״ די שװעסטער האט אבער צוריקגעענפערט: ״מ׳קאן אויך טויטע שטארק ליבן״• אין דעם מאמענט - אזוי דערצײלט װאזארי - האט זיך באם קעניג אץ געהירן עפיס א ריר געטאן׳ עפים האט ער זיך דערמאנט א לאנג־פארגעסענע זאך. צו האט ער עס אין שולע געלערנט׳ צו ערגיץ געלעזן׳ - װעגן דעם אײביגן בונד צװישן די זעעלן׳װעגןליבע׳ ניט דער־װעלטיגער- און דאס האט אים באװאויגן אפצוגעבן לעאנארדא׳ן די דזשיא־ קאנדא... אין יאר 1519 איז לעאנארדא געשטארבן• ער איז קײנ־ מאל ניט געװען קײן גלויביגער און איז ניט נזהר געװען אין רעליגיעזע שריפטןז אבעו/אין דערלעצטער לעבענסשטונדע האט ער געטון צום ערשטן מאל א זאך קעגען זײנע איבער צײגונגען: ער האט געלאזן רופן א גײסטליכן מ׳זאגט׳ אז דאס האט ער צוליב געטון זײן באליבטן תלמיד דזשיאװאני׳ װעלכער איז אים געטרײ געװען דאס גאנצע לעבן און ניט פארלאזט ביז צו דער לעצטער מינוט• דזשיאװאני האט עם ־ר - פון אים געבעטץ- אלס לאסקע׳ אלס גנאד׳ ער זאל שטארבן װי א גלױביגער און לעאנארדא האט עס אים ניט געקאנט אפ־ זאגן ♦ אײנזאם און עלענד איז לעאנארדא געװען זײן גאנץ לעבן לאנג• דאס איז געװען א ריז צװישן קארליקעס׳ א מענטש װאם איז געבוירן געװארן1פאר דער צײט און װאנדערט ארום אין א פרעמדער װעלט• דען לעאנארדא איז געװען װײטער פון זײן דור ניט נאר אין דער מאלערקונסט נאר אויך אין װיסענשאפטליכער אויפפאסונג און װעלט־קענטניש• פון ארכימעדעםן אן איז ניט געװען אזא גרויסער מעכאניקער װי ער• מ׳קאן זאגען׳ אז לעאנארדא איז דער באגרינדער פון דער מאדערנער מעכאניקע•; אין אים האט אויך געלעבט דער גײסט.פון א גרויסן ערפינדער• אין אמת׳ען האט_ער.עס געלעגט דעם גרונדשטײן צום הײנטיגען לופטצײג׳ כאטש זײן מאשין איז ניט געװען געראטן♦ מ׳קאן אים אויך רעכנען אלס דעם פאטער פון דער הידראוילישער װיסנשאפט• ער איז אויך געװען דער ערשטער׳ װעלכער האט אויםגעפארשט די בא־ װעגונגען פון די ים־כװאליעס •, זײנע אויספארשונגען אין דער װאסער־באװעגונג האבן אים באװאויגן צו פארשן אויך די לופט׳ און גאנצע 250 יאר פאר לאבויזיע האט ער שוין גע־ האט א באגריף׳ אמת נאך א פארנעפעלטן׳ װעגן דער צוזאמענשטעלונג פון דער לופט• זײנע אנטדעקונגען אין דער [ '1 25!■$!| $