Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 24 (sequence 30)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--213-9581497- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ריכטיגער ערקענטניס פון דער נאטור׳ס קרעפטן און ער- שײנונגען... א יאר פיה זאגט מען/ האט ער געארבעט אויף דעם בילד און ער האט מיט זיין פינזל אריינגעבראכט אין דעם אלעס׳ װאס איז אים טײער געװען אויף דער װעלט: דעם ראמאנ־ טישן לאנדשאפט מיט די װאסערן פונ׳ם געליבטן טײך, 1 װאס רוישן װי פרויען־האה דעם פעלזן - א װאונדערליכער רעשט פון אלע צײטך װעלכן ער האט אזוי גרינדליך אויסשטודירט׳ יענע דורכזיכטיגע׳ מיט ליכט אנגעפילטע לופט. װעלכע גיט צו״ װי ער זאגט׳ א באזונדערן חן דעם פרויען־געזיכט/ און איבער דעם אלעמען - די דזשיאקאנדא גופא/ מיט אירע שײנע הענט׳ װעלכע װײסן׳ װי עס שײנט/ פון לעבן און באטײליגן זיך אין דער לײדענשאפט פונ׳ם לעבן׳ אין יענער לײדענשאפטליכ־ קײט׳ װאס װען דער מענש װעט נאך הונדערט מאל אזוי פיל לעבן׳ װעט עראלץ ניט האבן זי דערגרונטעװעט. אין דעם דאזיגן בילד האט לעאנארדא געמאלט זיך אלײן און ארויסגע־ בראכט זײן רײכהאלטיגן, אבערזעהררעטזעלהאפטן כאראקטער׳ דעם פויסט־כאראקטער. לעאנארדא אלײן האט זיך צו דעם דאזיגן בילד פארהאלטן אנדערש װי צו זײנע אנדערע שא־ פונגען. װעהרענד ער האט אויף דעם געארבעט׳ האט ער זיך אינגאנצן אויסגעטון פון אנדערע זאכך ס׳האט פאר אים ניט עקזיסטירט ניט די פארגאנגענהײט׳ ניט די צוקונפט׳ גלײך די צײט װאלט שטעהן געבליבן• און צײטנװײז האט ער געפיהלט- אז ער האט דערלאנגט׳ צו װאס ער שטרעבט: ס׳איז אים געלונגען צונויפצוגיסן צװײ געשטאלטן מיט אמאל/ צו פאראײניגן דאס װירקליכע מיט זײן שאטן״ - דזיאקאנדא/ די פאראיבערגײענדע/ דעם בשר־ודם און דזיאקאנדא׳ די אײביגע. דאס זײנען געװען די גליקליכסטע מאמענטן פונ׳ם קינסטלער. מאמענטן װען ער האט דערפילט די אײביגקײט• א צײט לאנג נאך דעם װי ער האט דאס בילד געמאכט- אפשר אין א יאר צען ארום/ ער האט דאן געארבעט באם פראנצויזישן קעניג פראנציסק דעם ערשטך איז אײנמאל דער קעניג ארײנגעקומען צו׳ן אים אין אטעליע. דערזעהענדיג דעם קעניג ארײנקומען״ האט לעאנארדא געכאפט און פאר־ דעקט די דזשיאקאנדא. דער קעניג האט ארומגעקוקט זײנע ארבײטן און געפרעגט״ װאס איז דאס דאס צוגעדעקטע• לעאנארדא האט געענפערט: ״עט׳ אן אנ׳אלטע זאך״ ניט כדאי זיך בא איר אפצושטעלן״... דער קעניג האט אבער גראד געװאלט זעהן׳ װאס דאס איז• אײנער פון די הױף־מענשן װאס האבן דעם קעניג באגלײט, האט אפגעדעקט דאס בילד• דער קעניג איז געבליבן שטײן א דערשטוינטער״ דאס בילד האט אים געבלענדעט די אויגן. לאנג איז ער געשטאנען און ניט געקאנט זיך פונ׳ם בילד אפרײסן. ענדליך האט ער ארויס־ געמורמעלט״ אז ער װיל דאס בילד קויפן• אבער דער זעלבער לעאנארדא״ װעלכער האט געקאנט צוזעהן װי זעלנער צו־ שטויסן זײן ״קאלאס״ - א עלף־יעהריגע ארבעט׳ האט איצט ניט געקאנט פארהאלטן זײן אנגסט איבער דעם בעפאר־ שטײענדען צושײדן־זיך מיט דער דזשיאקאנדא. דער קעניג האט ניט פארשטאנען װאס ם׳טוט זיך באם קינסטלער אין הארצן״ ער האט געמײנט״ אז דאס איז ער אזוי אויפגערעגט פונ׳ם ״גליק״ און דאנקבארקײט פאר דעם גרויסן פרײז/ װאס דער קעניג האט אים געבאטן... װי נאר דער קעניג איז טונקלעם טאן״ װי זי װאלט זיך פאנטאסטיש געשלענגעלט. צו יענער צײט געהערט אויך דאס בילד ״לעדא״• אין דער זעלבער צײט האט לעאנארדא געשאפן אויך זײן גרעסטע אומשטערבליכע שאפונג - די ״דזשיאקאנדא״ .דאס איז א בילד פון א נעאפאלער פרוי״ דאס דריטע װײב פונ׳ם פלארענטינער דזשיאקאנדא• די פרוי האט געהײסן ליזע? איטאליעניש: מאנא ליזע. דערפאר הײסט דאס בילד אויך ״מאנא ליזא״• אין דער דאזיגער שאפונג האט לעאנארדא געהאט צו לעזן צװײ פראבלעמעס: די פראבלעמע פון דער געשטאלט״ און די פראבלעמע פונ׳ם שמייכל. לעא־ נארדא איז עס געװען״ װעלכער האט געבראכט דעם פרילינג פאר דער קונסט פון דער פרויען׳ס געשטאלט׳ - נעימות׳ גראציע״ פרײנדליכקײט און געזיכטס־אויסדרוק״ לעבעדיקײט און רעאליטעט• און אויך יענעם שמײכל״ װאס מיר טרעפן אן כמעט אין אלע זײנע בילדער און װאס זײנען אזוי טיפיש אין זײן קונסט• בכלל איז דער שמײכל א זעלטענע ערשײנונג אין דער קונסט• אין דער אלטער גריכישער קונסט טרעפן מיר אפילו יא אן דעם שמײכל׳ אבער דארט איז ער ניט אין שײכות מיט די עראײגניסן און ניט קײן רעפלעקס פונ׳ם אינעװײניגסטן פסיכאלאגישן צושטאנד• בא לעאנארדא׳ן דעקט דער שמײכל אויף אט טאקע דעם אינעװײניגסטן זעלען־צושטאנד און גיט צו א בא־ זונדער חן און שײנקײט דער געשטאלט. דער דאזיגער שמײכל איז באזונדער באמערקענסװערט בא דער דזשיאקאנדא. אין דעם דאזיגן געניאלן בילד האבן מיר די פארװירקליכונג פונם כלל אינ׳ם פרט• אין דער דאזיגער שײנער״ ליבענס־ װירדיגער״ כאטש ניט גאר ױנגער פרוי״ האט אונז לעאנארדא געגעבן דאס פראבלעם פון דער ״אײביגער װירקליכקײט״/ דאס גאנצע ״װעזן״ פון דער פרוי״ װי אזוי ער האט זי אויפ־ געפאסט און לויט זי האט זיך אפגעשפיגלט אין זײנע לעבענס־ אײנדרוקן. אין געדאנקליכער הינזיכט״ זעהן מיר אויך דא״ אזוי װי אין אלע אנדערע זײנע שאפונגען״ זוכעניש״ טאפעניש און פרובן. ער שטרעבט צו געבן דאס אײביגע׳ דאס טיפישע און דערבײ אויך דאס פערזענליכע״ דאס אינדױוידועלע. װעגן דער דזשיאקאנדא קאן מען אזוי זאגן: פונקט װי דאס גרויסע בוך פון דער מענשהײט איז ניט פארענדיגט״ און יעדער דור״ יעדע תקופה און אפילו יעדער מענש שטעלט אויף א נײע שורה אין פאלאץ פון דער שאפונג״ אט אזוי איז די ״דזשיא־ קאנדא״״ װעלכע איז לעאנארדאס ליעד פון דער פרוי״ פונ׳ם מענשן און פון דער נאטור; יעדעס מאל זינגט מען עס פון ס׳נײ. װאס מעהר מ׳קוקט זיך ארײן אין דעם בילד אלס מעהר פארנעמט עס אונז מיט זײן צויבער און מיר שטײען און גאפן: אט די דאזיגע פרוי מיט די צארטע געזיכטסציגן״ מיט דעם װאונדערליכן שמײכל״ װאס שטראלט איר פון די אויגן און צעגיסט זיך איבער׳ן פנים״ װאס אין אים שטעקט מיט אײן מאל אי אמת׳ע גרויסע אמונה און האפנונג״ אי פולשטענדיגער חוזק און לצנות און אויך פארצװײפלטע אנט־ טױשונג״ - אט די פרוי איז עס א לעבעדיגער מענש געװען״ אדער איז עס נאר דער סימבאל פון לעאנארדאס נשמה אלײן״ װעלכע איז כסדר פארטיפט אין מחשבות און ארומזוכענישן נאך דעם װעזען פון דער װעלט״ נאך דער