Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 4
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 21 (sequence 27)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581467--210-9581494- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
איר צו פאראינטערעסירן אויך זײנע תלמידים. אײנער פרן זײ שרײבט אין זײן טאגעבוך: ״װען דו װעסט האבן גובר געװען די שװערקײטן פון דער פערספעקטױו און װעסט קאנען אויך אויסנװעניג דאס פארהעלטניס צװישן די פאר־ שײדענע טיילען פונ׳ם מענשליכן קערפער- זאלםטו זיך נעמען פלײסיג צוקוקן- בשעת׳ן שפאצירען ־ גײן׳ צו די מענשליכע באװעגונגען״ װי אזוי זײ שטעהן און געהך רײדן איז קוקז׳ לאכן אדער קריגן־זיך׳ װי איז דער אויסדרוק בא זײ אויף די געזיכטער און װי זעהן אויס די געזיכטער בא די׳ װאס מישן זיך ארײן די צאנקענדע צו צענעמען און װי בא די> װאס שטײען און קוקן צו פון דער זײט. אט די אלע געזיכטס־ ציגע װעלן פאר דיר די בעסטע לעהרער זײן.״ כדי אוים־ צוגעפינען די מענשליכע געפילען פלעגט לעאנארדא אײנ־ לאדן צו זיך דארפספויערים׳ זײ דערצײלן אלערלײ אינטערע־ סאנטע מעשות׳ אונװארפנדינ אויף זײ א אימה אין צוקוקנדיג זיך צו די פלוצימדיגע פארענדערונגען אין זײער געזיכטס־ אויסדרוק. ער פלעגט אויך נאכגײן נאך די פאראורטײלטע צום טויט׳ בשעת מ׳האט זײ געפיהרט צום עשאפאט׳ כדי צוצוזעהן און אויסלערנען דעם זעלענצושטאנד פון א מענטשן אין אזא לאגע. אט פון דעם דאזיגן גרויסן אינטערעס זײנעם צו די גײסטיגע׳ זעלישע איבערלעבונגען פונ׳ם מענטשן׳ זעהן מיר אז ניט נאר די קראפט און די שײנקײט איז געװען זײן אידעאל׳ נאר דער נשמה־צושטאנד פונ׳ם לעבענדיגען בא־ שעפעניש׳ די זעלע פון אלעם עקזיסטירענדן. אין לעאנארדאס געמעלן געפינען מיר א גאנצע ענציק־ לאפעדיע פון װיסענשאפט: אנאטאמיע׳ פערספעקטױוע׳ פסיכאלאגיע׳ מאטעמאטיקע׳ פיסיקע״ כעמיע׳ מעכאניקע און אנדערע נאטור ־ װיסענשאפטן. די נאטור־קונסט איז אים געװען הײליג און ערהאבן. ער רופט זי ״דאס אײניקל פון דער נאטור״״ װײל אלעס װאס עקזיסטירט אויף דער װעלט זײנען דאך די ק י נ ד ע ר פון דער נאטור״ און זײ געבוירען׳ װען ס׳קומט זײער צײט״ ״לויט זײער אויסזעהן און געשטאלט״ - דאס בילד• אין זײן טאגעבוך שרײבט ער: ״דער מאלער דארף אויפװעקן אלעס. מאלערז זאלן דײנע פארבן זיך מעהרן ביז צום אומענדליכן׳ אזוי װי די ערשײנוגגען פון דער נאטור זעלבסט׳ און יעדע שאפונג׳ װאס דו װעסט בא־ שאפן׳ זאל זײן װי א נײע נאטור־ערשײנונג.״ אין יאר 1481 האט לעאנארדא פארלאזט דעם װערקשטאט פון װעראקיא• די גאנצע צײט״ װאס ער האט בא אים גע־ ארבעט׳ האט ער אױסערדעם׳ אין דער פרײער צײט״ זיך נאך באשעפטיגט מיט מעכאנישע פארשונגען און אלץ געזוכט צו ערפינדן א פליהמאשין• ער פלעגט מיט מורא׳דיגער קנאה קוקן אויף די פויגלן און ס׳האט אים געקלעמט דאס הארץ פאר װעהטאג און פארדראס׳ פאר װאם קאן ניט דער מענטש׳ די קרוין פון דער באשעפונג׳ פונקט אזוי פליהען אין דער לופטן װי די פויגלן• און נאכדעם װי ער איז אװעק פון װעראקיאן׳ האט ער זיך גאר אינגאנצען אפגעגעבן דער מעכאניקע און פיזיקע. אײניגע פון זײנע תלמידים האבן אויך אזוי װי ער זיך פארטהאן אין מעכאניקע און פיזיקע און אין אנדערע נאטור־װיסנשאפטן• האט לעאנארדא געלערנט דאפעלט: װיסענשאפט בא טאס־ קאנעלי; קונםט בא װעראקיא. מיט לעאנארדאס ארײנטרעטן צו װעראקיא אין זײן װערקשטאט - ער איז דעמאלט אלט געװען אכטצען יאו/ - איז בײדענס גורל אנטשידן געװארן. צו יענער צײט האבן די מאנאכען באשטעלט בא װעראקיא דאס בילד ״די טבילה פונ׳ם ערלעזער״• אין דעם בילד האט לעאנארדא אויסגעמאלט דעם קניענדען מלאך - און דאס איז געװען אײנע פון די קונסט־װאונדער• אלעס׳ װאס װעראקיא האט געפילט מיט א ניט־קלארן געפיל׳ װאס ער האט געזוכט און נאך דעם געטאפט׳ װי א בלינדער׳ - דאס האט לעאנארדא תופס געװען מיט דער געװאלטיגער אינטו־ איציע פון זײן טאלענט און ער האט עס פארװירקליכט אין אט דער איקאנע. ■ד י ־ד די ערשטע אײגענע שאפונג פון לעאנארדא איז געװען זײן געמעל פארא זײדענעם װאנט־טעפיך׳ װעלכןדי פלארענצער בירגער האבן געמאכט א געשענק פאר׳ן פארטוגיזישן קעניג• ער האט דארט אויסגעמאלט די סצענע פון דער ערשטער זינד• דאס געמעל האט צו׳ן אונז ניט דערלאנגט• נאך אט דער ארבײט האט ער געמאכט א צװײטע אויף באשטעלונג פונ׳ם פאטער׳ פאר א שכן׳ פון װעלכן ער פלעגט האבן אמאל א טובה• דער פאטער האט אים געבעטן אויס־ צומאלן עפים אויף א קײלעכיגן הילצערנעם שילה אין יענע צײטן פלעגט מען באצירן די הײזער מיט געמאלטע שילדען׳ אויף װעלכע מ׳פלעגט שטעלן סימבאלן און אויפ־ שריפטן• לעאנארדאן איז אײנגעפאלן אויסצומאלן א שרעק־ בילד פון א חיה׳ אז װער ס׳װעט זי דערזעהן זאל פאר־ ציטערט װערן׳ וױ פונ׳ם קאפ פון דער מעדוזע• צוליב דעם האט ער זיך פארשלאסן אױף עטליכע טעג אין א באזונדער צימער, װאוהין ער האט צונױפגעקליבן אלערלײ פראשן׳ שלענג׳ עגדישן׳ שפינען׳ פלעדערמײז און נאך אזוינע עקל־ האפטע באשעפענישן׳ און ער האט קאמבינירט זײערע גלידער׳ זײ פארגרעסערט און ״פארפאלקאמט״׳ ביז ס׳האט זיך בא אים באקומן א גאנץ־איבערטריבענע׳ אומנאטירליכע׳ אומ־ געהױערליך עקלהאפטע און שרעק־אנװארפענדע באשאפעניש׳ אבער אזױ פול מיט לעבן׳ אז װען דער פאטער האט זי דער־ זעהן צום ערשטן מאל איז ער פארצאפלט געװארן פון שרעק און א פארצװײפלטער שרײ האט זיך בא אים ארויס־ געריסן פונ׳ם מויל. נאך גרעסער אבער איז געװען דאס װאונדער׳ װאס דאם דאזיגע שרעקנסבילד האט אין דערזעלבן צײט געװירקט באצויבערנד און צו זיך געצויגען דאס אויגז לעאנארדא פלעגט ליב האבן ארומשפאצירן איבער רוישנ־ דיגע גאסן און מארקן און זיך צוקוקן צו מענשן• און אז ער האט אנגעטראפן א קאליקע׳ פלעגט ער אים נעמן צו זיך אהײם און שעהן לאנג זיך אײנקוקן אין אים׳ אזוי װי א גע־ לערנטער װען ער מאכט װיסגשאפטליכע פארשונגען. אויף דער פראגע פון זײנע שילער׳ האט ער זײ צו פארשטעהן געגעבן׳ אז א אמת׳ער פאלקאמענער קאליקע איז פונקט אזוי װעניג בנמצא׳ װי א אמת׳ע פאלקאמענע שענקײט• דער רוב איז אלץ מיטעלמעסיג. ער אבער זוכט אין אלעמען דאס גרויסע׳ דאס פאלקאמענע• לעאנארדא האט זיך שטארק אינטערעסירט מיט דער װיסענשאפט פון פסיכאלאגיע און ער האט זיך באמיהט מיט 21