Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 20

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 20 (sequence 26)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--209-9581493
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ביהן׳ וועלכע׳ פארמאטערט פונ׳ם לאנגן ווינטערשלאף׳ שלעפט זיך קוים ארויף צום בעכער פון דער בלום׳ װעלכע האט נאך ניט באוויזען זיך צו אנטוויקלען• ארום הערשט א טויטע שטילקײט׳ אז פראנציסקא הערט דאס קלאפען פון זײן הארץ• מיט א גרויל הויבט ער אויף די אויגן אויפ׳ן מײסטער; פון די האלב־דורכזיכטיגע צװײגן שלאגט דורך א שײן און זי פאלט אויף זײנע גאלד־האר׳ אויף זײן לאנגער בארד׳ אויף זײנע נידריגע און לענגליכע אױגן־ברעמען׳ און דער גאנצער קאפ זײנער איז פארפלײצט פון העלן ליכט? דאס געזיכט אבער איז רוהיג און מאיעסטעטיש• אין דעם מאמענט - זאגט פראנציסקא - האט לעאנארדא אויסגעזעהן װי דער אלטערטימליכער פאן (גאט פון פרוכט)׳ װעלכער הערט זיך אײן צום װאקסן פונ׳ם גראז׳ צום רויש פון די קװאלן אין דעם ערד־געדערים׳ צו די אויפװאכענדע׳ באהאלטענע כחות פון דער נאטור זײנע ערשטע שטודיען האט ער אנגעהויבן גאנץ צופעליג• דער בארימטער ארכיטעקטאר דע־ראווענא׳ דער שילער פונ׳ם גרויםן אלבערטי׳ האט געבויט א װילע ניט װײט פון װינטשי• לעאנארדא אלס קלײנער ײנגל פלעגט אפט קומען אהין זיך צוקוקן צו די בנינים• אײנמאל האט ראװענא פארפירט מיט אים א שמועס און איז דערשטוינט געװארן איבער זײן קלארן פארשטאנד• ערהאט גענומען מיט אים לערנען אריטמעטיק׳ אל־ געברא׳ מעכאניק• לכתחלה איז דאס פאר ראװענאן געװען גלאט אזוי א שפיל׳ א צײטפארברײנג• שפעטער אבער האט ער דעם ײנגל ליב געקריגן• ער האט זיך געװאונדערט איבער לעאנארדאס מוראדיגע תפיסה: ער האט ניט באװיזן אויס־ צוברײנגען דעם דבור פונ׳ם מויל און דער שילער האט שוין אלעס פארשטאנען׳ גלײך װי ער װאלט שוין לאנג פון דעם אלעמען געװאוסט׳ און מ׳האט אים איצט נאר אן דעם דערמאנט• װען לעאנארדא איז אלט געװארן דרײצען יאר׳ האט אים דער פאטער גענומען פון װינטשי צו זיך קײן פלארענץ. אויך דא האט אים דער צופאל צוגעשפילט צו געניסץ פון די למודים בא טאסקאנעלי׳ װעלכער איז אין זײן צײט געװען א בארימ־ טער נאטורפארשער׳ א מאטעמאטיקער׳ פיזיקער און אסטראנאם• טאסקאנעלי האט געלעבט אײנזאם• אײנמאל׳ דאס איז געװען אין יאר 1470׳ מעלדעט זיך צו׳ן אים אין אװנט א אומבעקאנטער ױנגערמאן׳ כמעט א קינד• טאסקאנעלי האט אים אויפגענומען זעהר קאלט׳ װײל ער האט געגלויבט׳ אז ער איז צו׳ן אים געקומען בלויז אויס נײגיריגקײט• אבער ארײנ־ געהענדיג מיט אים אין שמועס׳ איז ער אויך׳ אזוי װי ראװענא׳ פארגאפט געװארן איבער די ריזיגע פעהיגקײטן און גע־ ניאליטעט פונ׳ם ײנגל אין מאטעמאטיק און ער האט זיך גע־ נומען מיט אים לערנען• פון טאסקאנעלי האט לעאנארדא איבערגענומען זײן גאנצע קענטניש אין נאטור־װיםנשאפט. דער פאטער האט אים ניט געשטערט צו לערנען און דער־ זעהענדיג׳ אז ער מאלט און צײכענט כסדר׳ האט ער בא־ װיזן אײניגע פון די ארבײטן דעם מאלער און סקולפטאר אנדרייא־דעל־וועראקיא• יענעראיז ערשטוינט גע־ װארן פון דעם אויסערגעװעהנליכן טאלענט פונ׳ם ײנגל און האט אים גענומן צו זיך אין װערקשטאט. פון דעמאלט אן ער איז ניטא און טאמער חלילה װעט מען זיך דערװיסן פון זײנע פארבאטענע קושן מיט דער מוטער• און ארײנ־ כאפענדיג זיך אין דער פינסטער צו דער מוטער אין בעט ארײן׳ פלעגט ער זיך צו׳ן איר צודריקן מיט׳ן גאנצן קערפער אונטער דעם װארימען צודעק• די ערשטע למודים׳ לעזען און שרײבען׳ האט אים געלערנט דער זײדע• זײ האבן אבער ניט געהויזט און לעאנארדא האט ניט גאר װילענדיג זיך צוגעהערט צום זײדנס לעקציעס• צו זיבן יאר האט מען אים אפגעגעבן אין א קירך־שול׳ אבער אויך דארט האט ער קײן גרויסע פעולה גיט געהאט• אפטמאל אװעקגעהענדיג פון דער הײם אין שול ארײן׳ האט ער זיך גאר פארנומען און אװעק ערגיץ אין א פארלאזענעם טאל׳ דארט האט ער זיך צושפרײט אויף דער ערד נאזענדיג און שעה׳ן־װײז געקוקט מיט קנאה אויף די שטארכן׳ װאס טראגן זיך גרופעס־װײז אין דער לופטן׳ אדער ער האט זיך גענומען עפענען די בלעטליך פון בלומען ניט אפפליקענדיג זײ׳ און זעהר פארזיכטיג׳ ניט צו פארדארבן זײ׳ האט ער זיך גענומען אײנקוקן אין זײער װאונדערפולן צארטן בוי• און װען דער אלטער פלעגט פארן געשעפטליך אין שטאט ארײן׳ האט לעאנארדא שוין גאר געהאט א טײערע געלעגענ־ הײט זיך אװעקלאזן אויף א פאר טעג אין די בערג• פאר דער באבע האט ער קײן מורא ניט געהאט׳ דען זי איז געװען א גוטינקע• און דארט׳ אין פערגעסענע שטעטליך׳ איבער אפגרונטען און סקאלעס׳ פלעגט לעאנארדא קלעטערן ביז ארויף צו די שפיצן פון די נאקעטע בערג און פון דער הויך האט ער מיט פארגניגן באקוקט די ברײטקײט פון דעם פלאכלאנד׳ װאס אנטפלעקט זיך פאר אים פון דער װײטענס׳ אויף די װעלדליך און אזערעס׳ אויף די אלפענבערג מיט שנײ באדעקט• צעהרגעט פון די שטײנער און צװײגן׳ אפגעברענט און פארשטויבט׳ אבער אויפגעלעגט און פרײליך׳ פלעגט ער זיך דערנאך אומקערן א הײם און די אלטיטשקע האט ניט גע־ האט קײן הארץ אויף אים זיך אנצובײזערן אדער גאר אים אויסגעבן פאר׳ן זײדן• אזוי האט דער ײנגל געלעבט זײן אײנזאמען לעבן• דעם פעטער און פאטער׳ װעלכע זײנען צו׳ן אים גוט געװען׳ פלעגט ער זעהן זעהר זעלטן׳ דען זײ האבן געװאוינט אין פלארענץ• נאר צײטװײז פלעגן זײ קומען זיך זעהן מיט אים• מיט די חברים פון שול האט ער גאר קײן מגע ומשא ניט געהאט• זײערע שפילען זײנען אים פרעמד געװען• און װען זײ פלעגן נעמען און אפרײסן באם שמעטערלינג די פליגעליך און הנאה האבן פון זײנע יסורים׳ פלעגט ער װערן בלאס און דאס גע־ זיכט האט זיך אים אזש פארקרימט פון װעהטאג׳ און ער פלעגט פון זײ אפטרעטן אן א זײט• אײנמאל האט ער דערזעהן װי די אלטע ניאניע האט געסמאליעט א חזיר לכבוד חגא׳ איז אים אזוי ניט גוט געװארן׳ אז ער האט א צײטלאנג עקשנות׳דיג זיך אפגעזאגט פון פלײש עםן׳ ניט אויסזאגנדיג קײנעם די סבה פון דעם• זײן שילער פראנציסקא דערצעהלט אין זײן טאגבוך׳ אז אפטמאל פלעגט לעאנארדא שטעהן אין א װעלדיל און מיט א שמײכל באטראכט די גרינע גרעזליך׳ װאם שפראצן ארויס צװישן די פארװיאנעטע בלעטער פון פארגאנגענעם יאר׳ די

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.