Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 22

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 22 (sequence 28)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--211-9581495
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

לעאנארדא האט אים טרויריג אפגעענפערט: ״און אז איר װעט שוין אלע אפילו אויסהרגנען׳ װעט דען מײן סטאטוע אויפגעריכט װערן?״... צו דער מילאנער צײט געהערט אויך דאס בילד ״די לעצטע נאכט סעודה״. דאם בילד געפינט זיך אין מילאן אין קלויסטער סט.מאריא דעללא גראציא. דאס בילד איז אביסל קאליע געװארן פון פײכטקײט, אבער נאך באקומט מען פון דעם א גענוג קלארן אײנדרוק. דאס איז א פסיכאלאגישע דראמע. געגרינדעט אויף קריסטוסעס װארט: ״און אט זאג איך אײך״ אז אײנער פון אײך װעט מיך אױסגעבן״• דאס דראמע גײט דורך װי א עלעקטרישער שטראם איבער דער גאנצער קאמפאזיציע• אט זײנען די 12 קעפ און 12 פאר הענט פון די אפאסטאלן• זײ דריקן אויס די אלגעמײנע אויפרעגונג. די אנגסט..דעם שטילן טרויער׳ דעם פארדראס׳ די שטוינונג׳ די פורכט און דעם צארך די נײגעריגקײט און די לײדן פון דער נשמה• ניט נאר די געזיכטער און די אויגן׳ אויך די הענט רעדן/.זײ דריקן עפיס אויס און באטײליגן זיך אין דער גאנצער .דרא־ מאטישער האנדלונג. אלעס באוועגט זיך רוישט: א גאנצע װעלט פון מוסקולעזע געשטאלטן/ אלס קונסט־סימבאל פון א װיסענשאפטליכער אידעע. אין א קורצער צײט ארום איז לעאנארדא אװעק פון מילאן. ער איז פון דארט אנטלאפן אין יאר 4499 נאכדעם װי דער הערצאג איז גענומען געװארן געפאנגען• פון דעמאלט אן װאנדערט לעאנארדא ארום פוןשטאט צו שטאט׳ קײן װענעציע׳ קײן רוים׳ קײן פלארענץ און אזוי װײטער. אין.יאר 1502 האט ער געמאלט אין פלארענץ דאס װאונדערבאדע בילד .״סט• אננא״. דאס בילד געפינט זיך אין פאריז אין לװור. _ עס שטעלטפאר די ױנגפרוי מאריע׳װי זי האלט צוריק זיצענדיג בא דער מוטער אויף די קניע דאס קינד יעזוס בשעת ער כאפט אן דאס לעמעלע בא די אויערן. די הייליגע . אננא זעהט אויס װי א אײביג ױנגע סיביליע׳.דער שמײכל פון-די אראפגעלאזטע אויגן און די דינע ליפן זײנען פול מיט סוד און פארפירעריש. פון מאריעס געזיכט שטראלן דױץליידן פון א שטילער טויב. מיר האבן דא פאר זיך־אלזא צװײ פארשידענע װעלטן: מרים - דאס איז דײ אבסאלוטע לןבע־. אננא - דאס איז די אבסאלוטע װיסענשאפט• מרים װײסט אלעס׳ װײל זי ליבט; אננא ליבט׳ װײלזי װײסט. מ׳דערמאנט זיך דערבײ לעאנארדאס װערטער אין זײן טאגעבוך: ״די גרויסע ליבע שטאמט פון גרויסן װיסן״. אויסער די עטישע פרינציפן זעהן זיך אין דעם דאזיגן בילד בולט ארויס אויך די קאמפאזיציאנס ־ פרינציפן•. כדי אלע בילדער אײנצופאסן אין דעם פיראמידן־ארטיגן משולש (דרײעק) האט לעאנארדא באזעצט מרים׳ן בא אננא׳ן אױף די קניע און זי אײנגעבויגן צום קינד יעזוס׳ װעלכער ערשײנט דא אלס באזים פון דער פיראמידע. אין דער דאזיגער צײט פון זײנע ארומװאנדערונגען-האט לעאנארדא געמאלט אויך זײן ״ױחנן דער טויבלער״.'״ עם געפינט זיך איצט אין פאריז׳ אין לװור• דא איז.אויסגעמאלט א שמײכלנדיגער בחור - א אפטער מאטױו בא לעאנארדא׳ן• דער בחור שטײט און האלט די האנט מיט׳ן צײגעפינגער ארויף. די דאזיגע ליכטיגע האנט זעהט זיך אן׳ אויף׳ן דאס לעבן איז אים שװער געװען סײ נאך זײענדיג בא װעראקיא׳ סײ שוין ארבעטנדיג זעלבסטשטענדיג פאר זיך. בא װעראקיא פלעגן אים אײניגע פון די תלמידים שטענדיג פארמסר׳ן. פאר אזא עדלעם כאראק־ טער װי ער איז דאס געװען באזונדער שװער צו דער־ טראגן׳ און װען ער איז שוין געװען אלײן פאר זיך׳ האבן אויך אלץ די פאנאטיקער אים ניט צורוה געלאזט• זײ פלעגן כסדר אנרעדן אויף אים׳ אז ער איז אן אפיקורס׳ אז ער האט שעדליכע עראטישע נײגונגען און דעסגלײכן• די גאנצע צײט׳ װאס ער איז געזעסן אין פלארענץ איז אים דאס לעבן ניט נוחא געװען. א דאנק זײן געניאליטעט איז ער אבער פלוצים דערלײזט געװארן: ער האט ערפונדן א שפיל־אינסטרומענט׳ א פידל אזא א זילבערנעם און מיט א סך סטרונעס. דער דאזיגער פידל איז שטארק געפעלן גע־ װארען דעם שררה פון פלארענץ און ער האט אים גע־ ראטן פארן קײן מילאן און אים אװעקגעבן אלס מתנה דעם הערצאג פון לאמבארדיע׳ לודאװיג ספארצא• לעאנארדא האט אים געפאלגט און אין יאר 1482 איז ער אװעק קײן מילאן. דארט איז ערשט לעאנארדאס שטערן אויפגעגאנגען. ער איז געװארן אלמעכטיג: א אינזשעניער׳ א ארכיטעקטאר׳ א געלערנטער׳ א בילדהויער און א מאלער. ער האט עטליכע מאל געמאלט דעם הערצאג און זײנע פרײנד׳ אבער פון אט די אלע בילדער איז אונז פארבליבן נאר דאם בילד פון זײן שײנער געליבטער לוקרעציא קרױועלי. דאם דאזיגע בילד געפינט זיך אין פאריזער לװור אונטערן נאמען: 6116<! *1 ©ץ&תסזמ©?. אין דעם בילד זײנען באזונדערס מערקװירדיג די אויגן. אויף׳ן ערשטן בליק װײזט זיך אויס׳ אז זײ קוקן גלײך און פארעקשנט? אבער נאך א װײטערדיגער בא־ טראכטונג זעהט מען׳ אז זײ זוכן עפיס ארוים א פארבאהאל־ טענע און סודותדיגע זאך. דאס שטארקסטע פון לעאנארדאס שאפונגען אין דער מילאנער צײט׳ איז דער ״קאלאס״׳ געװידמענט דעם אנדענקען פון לודאװיג. ספארצאס פאטער. דער הערצאג האט עס אװעקגעשטעלט באם עהרן־טויער אויף׳ן פלאץ. פארן שלאס• דער גורל פון אט דער סטאטוע איז זעהר טרויריג געװען. בשעת די פראנצויזן האבן אײנגענומען לאמבארדיע׳ האבן זיי דעם ״קאלאס״ צעבראכן. דאס איז אפגעטון געװאךן ממש פאר לעאנארדא׳ס אויגן און נאר אזא ריזן־גײסט װי ער האט געקאנט פארטראגן־ אזא קלאפ• לעאנארדא איז צוגעקומען צום שלאס־ פלאץ גראד.אין דעם מאמענט׳ױוען די שיסער האבן דעם קאלאס אטאקירט• ערהאט־געװאלט אנטלויפן׳ אבער ער איז׳ װי צוגעקאװעט׳ געבליבן שטײן אויף׳ן ארט און מיט די אײגענע אויגן צוגעזעהן׳ װי מ׳פארניכטעט די מיה פון 11 בעסטע יארן זײנע. אין דעם אױגנבליק איז פארבײגעגאנגען א פראנצויזישער אפיציר׳ און דערזעהענדיג װי דער סאלדאט האט דעמאלירט דעם ״קאלאס״׳-האט ער אויפגעהויבן דאס שװערט און געװאלט אים אנידערלעגן אויף׳ן ארט• לעאנארדא האט אבער די אויפגעהויבענע האנט פונ׳ם אפיציר פארהאלטן. דער אפיציר איז לכתחלה ערשטוינט געװען׳ װאס עמיצער האט די העזה אים אפצוהאלטן. געװאוירע װערענדיג אז דאם איז לעאנארדא׳ איז ער געװען נאך מער ערשטוינט, אבער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.