Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 4 · p. Seite 19

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 4
Date
1923-01-01
Page
Seite 19 (sequence 25)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581467--208-9581492
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

לעאנארדא^דא־ווינטשי ניט טאקע דער געלעכטער׳ װעלכן מיר זעהן אויף לעאנארדאס מאלערײען - יענע אומשטערבליכע שאפונגען׳ װאס זײנען אונז פון אים פארבליבן• נאך גאר א קלײן קינד האט מען לעאנארדא׳ן צוגענומען בא דער מוטער און אװעקגעגעבן צו דערציהן באם זײדן פון פאטערס צד• דער פארלעסליכםטער מקור פאר לעאנארדאס ביאגראפיע איז וואזארי׳ דערבארימטערקונסטקריטיקער׳ װאס האט געלעבט מיט לעאנארדאן אין אײן צײט• פון זײנע זכרונות דערװיסן מיר זיך׳ אז לעאנארדא האט אויסגעזעהן עהנליך צו זײן מוטער קאטערינא׳ באזונדערס מיט די לאנגע דינע הענט׳ מיט די זײד־װײכע גאלדקרײזלען און מיט דעם שמײכל אויף די ליפן• פונ׳ם פאטער האט ער געירשה׳ט א געזונטן שטאטנע קערפער און לעבענס־לוסטז פון דער מוטער - פרויען־צארטקײט• דער אלטער האט געװאלט מתקן זײן דעם זוהן׳ס עולה און ער האט קאטערינאן חתונה געמאכט פאר עפיס אײנים א פויער אין שכנישן דארף• קאטערינא איז אלזא פארבליבן נאהנט פון איר קינד און האט געהאט די מעגליכקײט צײטענװײז בגנבה אים זעהן♦ דאס פלעגט געשעהן על פי רוב װען דער אלטער האט זיך צוגעלעגט שלאפען בא טאג• דאן פלעגט לעאנארדא אװעק מיט די גערטנער׳ שפרינגען איבער פלויטן און לויפן צו דער מוטער׳ װעלכע פלעגט אים שוין אפװארטן זיצענדיג בא זיך אויף דער פריזבע מיט דער װערעטענע אין האנט• װי נאר זי האט אים דערזעהן פון װײטן׳ פלעגט זי שוין אים אקעגן לויפן מיט אויסגעשפרײטע ארימס׳ אין װעלכע דאם קינד האט זיך ארײנגעװארפן• דאן פלעגט זי אים נעמען האלזן און קושן אהן א שיעור אין געזיכט׳ אין די ליפן׳ אויף די האר• נאך רירענדער פלעגן זײן זײערע באגעגענישן אין די נעכט• דאס פלעגט טרעפן װען דער אלטער פלעגט׳ װי זײן געװאוינהײט׳ אװעקגעהן אין די אװענטן אין שענק ארײן אדער צו שכנים׳ שפילען אין קארטן• דאן פלעגט לעאנארדא שטיל אויפשטעהן פון זײן בעטעל׳ װאט איז גע־ שטאנען נעבען דער באבען און האלב נאקעט פלעגט ער עפנען דאס פענםטער און פון הויכן פענסטער פלעגט ער אראפשפרינגן אויף א צװײג פונ׳ם נאהנטן טײטעלבוים און פון אים שױן אויף דער ערד• דאן פלעגט ער נעמען לויפן צו קאטערינען• ס׳איז אים ליב געװען דאס קאלטע פײכטע גראז װי דאס געזאנג פון די נאכטפויגעל׳ די בריהען פון דער קראפױוע און די װאונדן פון די שארפע שטײנדליך אויף די בארפיסע פים׳ װי דער בליאסק פון די גלינצענדע װײטע שטערן אין הימעל• און ס׳האט אים אויך אנגענעם גערײצט די מורא טאמער כאפט זיך אויף די אלטע און דערשפירט׳ אז ןך י רענעסאנם־עפאכע- װעלכע ד האט ארויסגעגעבן לעאנארדא׳ איז געװען די עפאכע פון ער־ פינדונגען׳ אויפטועכצן און נצחון־פרײד• דער ראציאנא־ ליזם׳ װעלכער האט געהאלפן צו אנטװיקלען די פרעציזע װיסענשאפט׳ באװײזט זיך אויך אין דער קונסט• אויך אין דער קונסט איז דאס געװעןאצײט פון ערפינדונגען און אנטדעקונגען• יעדעס יאר װערן אנטדעקט נײע פאקטן אין דער מאלערײ און די מענשליכע געשטאלט׳ גע־ מאלט אויף לײװאנדט און געשניצט אין מארמאר - דאס זײגען די שענסטע ערצײגונגען פון דער רענעסאנס־צײט• צװײ שטרעבונגען זעהען מיר אין דער קונסט פון יענער צײט: די אריסטאטעלשע שטרעבונג און די פלאטאנישע שטרעבונג♦ באאבאכטונג׳ װיסנשאפט׳ ערפארשונג פונ׳ם ממשות׳דיגך פון דער װירקליכקײט - דאס איז די אריסטאטעלשע שטרעבונגז דאס זוכען פון דער נשמה׳ זעעלישן פרידען און אינעװײניגסטע באפרידיגונג - דאס איז דער פלאטאנישער שטרעבן• בײדע שטרעבונגען זײנען צונויפגעקומען און זיך צונויפגעגאסען אין לעאנארדא־דא־װינטשי• דער דאזיגער גרויסער גאון איז׳ לויט זײן גאנצן מהות׳ א ראציאנאליסט׳ א ערפינדער׳ א ענטדעקער׳ א פארשער׳ דער מאן פון דער װירקליכקײט• זײן אידעאל איז אריסטאטלעס• אבער אויך פלאטאנ׳ס ״אידעע״ דרינגט אים דורך• דער ראציאנאליזם גופא װערט בא אים א סימבאל׳ א רמז אויף עפיס־װאס העכערעס׳ אויף דער פלאטאנישער ״אידעע״• לעאנארדא דער קינסטלער׳ איבערגעבענדיג אונז מיט זײן פינזעל דאס ערהאבענע׳ דעקט ער אויף פאר אונז אויך דאס פארבארגענע׳ דאס סודות׳דיגע• לעאנארדא איז געבוירן געװארן אין יאר 1452 אינ׳ם קלײנעם שטעטיל װינטשי נעבען פלארענץ. ער איז געװען די פרוכט פון א פארבאטענער ליבע• די מוטער איז געװען א קעלנערין אין א שענק׳ װעלכע איז פארפירט גע־ װארן דורך׳ן פלארענצער נאטארױס• דער אנדענקן פון דער מוטער איז לעאנארדא׳ן פארבליבן זעהר נעפלהאפט׳ װי אין א חלום• דער עיקר אבער האט ער געדענקט איר פארגניגט לאכן׳ װעלכעס ברעכט אויס מיט אמאל און לאזט איבער אזוי װי עפים א ניט אויםגעזאגטן סוד• װער װײםט צו איז דאס 19

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.