Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 47 (sequence 53)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--181-9581465- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פאר אבגעטער געמאכט• אהן א שיעור בײםענדיגע װיצן און פארניכטענדע איראניען האט מען פון פרישמאנען געקאנט הערן איבער די ױבילעאומ׳ס און פײערונגען׳ װאס מ׳האט פאר אים אלײן אנגעהויבן צו מאכן. ער האט קלאר געזעהן די אונװיםענדיגקײט פונ׳ם ״המון״ און די פוםטקײט אין הארצן פון די כלומרשטע ״פארעהרערס״ זײנע• ער האט דערשפירט די מינדסטע פאלשקײט אינ׳ם טאן׳ די קלענסטע באװעגונג פון דער פארבארגענער פניה און האט זיך ניט געשײט דאם אנצומערקן׳ אבצושטעמפלען• מאנכער האט זיך דערפאר געפיהלט אונהײמליך מיט אים׳ מ׳האט פאר אים מורא געהאט• די ײנגערע׳ פרישערע און עהרליכערע׳ האבן אבער דערפאר אים געאכטעט און אויפריכטיג געליעבט• מיט פרישמאן איז ארײנגעקומען א נײער שטראם אין אונזער ליטעראטור. פיעלעס האט ער אנגערעגט אנדערע צו שאפן - אלס רעדאקטאר. אלם פרײנז/ אלס קריטיקער• א שטיק צײט האט זיך געדאכט׳ אז ס׳זײנען פארטריבן געװארן יענע מיאזמען פון אונזער װעלטל׳ אקעגן װעלכע פרישמאן האט אזױ הארטנעקיג געקעמפפט אלע זײנע יארן. צום אומגליק האט זיך באלד ארויסגעשטעלט׳ אז ס׳איז ניט אזוי. נאר א פערזאנען־װעקסל איז פארגעקומען׳ אײן טאלענט־ לאזיגקײט אראפ - די אנדערע ארויף׳ אײן כנופיה בא־ זײטיגט - אן אנדערע האט פארנומען איר פלאץ׳ אײן צבועק און מחוצף־פנים ארויסגעשטופט מיט חרפה - אן אנדערער שטײט שוין און מאכט פאר זיך א װארע מיט די עלענ־ בויגענס... דער גרונדטאן איז פארבליבן כמעט דער זעלבער• װידער די פוסטקײט װאס קליגט זיך און פאזירט גלײך וױ זי װאלט װעלטן אומארימטן וױדער די טאלענטלאזיגקײט און אונבאהאלפענקײט׳ װאס פארדעקט איר גײסטיגע ארימקײט מיט מליצה־װאלקענס - אמת׳ מאדערנע׳ נײ־מאדישע מליצות; װידער פאלשקײט און צביעות׳ חוצפא און עזות פנים׳ קלײנע מענשעליך װאס רוקען זיך אױבן־אן׳ ״מעצענאטן״ און גבירים׳ װאס קלעפן צום תלמיד־חכם׳ כדי אויף זײנע אקסלן זיך צו דערהויבן און אנגעזעהן צו װערן׳ װידער ״פיהרער׳ס און ״לידערס׳/ װאם פארמאגן פאר א גראשן שכל׳ נאך װעניגער עהרליכקײט און דערפאר אבער א גאנצע מענגע עזות און דעמאגאגיע׳ מיט װעלכע ס׳געלינגט צו פארפירען דעם עולם־ גולם און אים צו באװעגן׳ ער זאל שפרינגן קדוש און שרײען ״הידד!״ אדער ״הורא!״ ביז צום הײזעריג װערן... דערפאר איז פרישמאנען אין די לעצטע יארן פון זײן לעבן געװען אזױ אומעטיג׳ אזױ מרה־שחורה׳דיג אויף׳ן הארצן. ער האט זיך נאך מער צוריקגעצויגן אין זײן הויט און אזױ וױ מורא געהאט זיך אין דער ארומיגער םביבה אנצורירען. װען מיר װאלטן א פרעסע געהאט׳ װאלט ער אונז אפשר אין פעלעטאנען עפיס געװען דערצײלט פון דעם װאס ער פיהלט און װאס אים דריקט. די העברעאישע װעלט איז אבער אין די לעצטע יארען פארשטומט געװארן/ ניט געװען קײן אײן צײטשריפט׳ װאו א מענש זאל קאנען ארויסזאגן׳ װאם אים פרעםט אויף׳ן הארצן. און פוײשמאן האט געשוױגן. נאר זעלטן־װען האט ער אין פרױואט־ געשפרעכן מיט גוטע פרײנד אמאל ארויסגעװארפן עפיס א דבור׳ דורכגעזויגן דורך די ליפען ניט־װילענדיג און מײסטענס צופעליג• דאס איז אבער געװען נאר ״דאס שיטערע״? דאם קױם װאס ער זיפעט׳ אויף א שטח א באגרעניצטן ביז צום קלענסטן מאסשטאב׳ - א געוױטער אין א גלאז װאסער• און אױב אױך דא פארכאפן דעם פלאץ די טאלענטלאזיגקײטן אץ דער ליטעראטור׳ די ענגהארציגע און שמאלקעפיגע אין גע־ זעלשאפטליכן לעבן׳ און אויך זײ פארבינדן זיך אין כנופױת און יד־אחת׳ן׳ פארסמ׳ען זײ גאר אינגאנצן די לופט און לאזן ניט אויפקומען קײן אײנציג געזונד געװיקס/ און ס׳מוז נעבען זײ אבשטארבן דער לעבעדיגער גײסט פון פאלק. און ס׳בא־ שטײט די געפאהר׳ אז ניט נאר קײן נײע קולטור װעט ניט קאנען אױפבליהען׳ נאר אויך די אלטע װעט פארװעלקט און פארשפיגן װערן׳ און א חורבן װעט װערן פונ׳ם גאנצן פאלקס־לעבן• אט אקעגן דעם האט עס פרישמאן אויפגענומן א קאמף פון זײנע ײנגסטע יארן ביז צו זײן לעצטן טאג׳ און דאס האט אים געמאכט אזױ אײנזאם און פארביטערט אין לעבן• דאס איז געװען דער לײטמאטױו פון זײן קריטיק פון ״תוהו־ובוהו״ ביז ״מכתבים על דבר הספרות״׳ די אלטע און די נײע; דאס איז געװען דער לײטפאדים פון זײנע געדאנקען און אורטײלן אין זײנע פובליציסטישע ארטיקלן און פעלעטאנען; דאם האט ער אויך געשטרעבט בילדליך ארויס־ צופיהרן אין זײנע נאװעלען און געדיכטע; און׳ ענדליך׳ איז דאס געװען זײן ציעל בשעת ער האט געשטרעבט דורך איבער־ זעצונגן פון פרעמדע ליטעראטורן ארײנפירן דעם ײדישן לעזער אין א קרײז פון אנדערע מחשבות׳ אים צוגעװאױנען צו׳ן אנדער ארט פון זעהן און פארשטײן די װעלט׳ און אים בחוש באװײזן וױ עס זעהט אױם די שאפונג פון אמת׳ן טאלענט און העכער־שטײגענדען מענשליכן געדאנק• א רײה בענדער - א ביבליאטעק א גאנצע - זאגן עדות אויף די באמיהונגען פונ׳ם שריפטשטעלער אין דער דאזיגער ריכטונג• דאס איז א הערליך דענקמאל פאר די 40־יעריגע ארבײט פון א מענשן און דער שענסטער באװײז פאר זײן עדלען אידעאליזם• צו האט ער דערלאנגט אין זײן ארבײט צום ציעל פון זײנע שטרעבונגען? צו האט ער געהאט די באפרידיגונג פון ערפאלג אץ נצחון אין זײן קאמף? - פארשיעדענעס איז אויף אים אריבערגעגאנגן אין לעבן• אין אנהויב האבן די כנופױת אים פארשריגן און אנגעװארפן א אימה ארום אים• ער האט אבער מוטיג געקעמפפט און ניט אײן אבגאט פון דעם אונ־ װיסענדען המון האט ער אראבגעריסן פונ׳ם פיעדעסטאל און אים געמאכט צו שפאט אין די אויגן פון אט דעם זעלבן המון׳ וואס אט נאר וואס האט ער פאר אים געקניעט• ניט פון איין טאלענטלאזיגקייט האט ער אראבגעריסן דעם פאלשן פורפור־ מאנטל און אים אװעקגעשטעלט נאקעט און הויל אין זײן גאנצער גייסטיגער נישטיגקייט• א שטיקעל צײט האט זיך געדאכט׳ אז דער נצחון איז שוין אינגאנצן אויף זײץ זײט און דער לײכטזיניגער המון׳ װאס קאן ניט אנדערש װי שטײן פאר עמיצן אויף די קניעס׳ האט שוין אנגעהויבן פארגעטערן אט דעם ״געטער־ברעכער״ און גענומען זיך אים זינגען זײנע אײנגעחזרטע לױבגעזאנגען• דאס איז דעם פײנשמעקערישן פרישמאן פונקט אזוי איבעל געװען און פונקט אזוי אויפ־ גערעגט איז ער דעריבער געװען׳ װי איבער דעם פריעריגן בוקען־זיך און קניען פאר די טאלענטלאזיגקײטן׳ װאס מ׳האט