Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 46 (sequence 52)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--180-9581464- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דער סקעפטיקער־אידעאליסט♦ צום אנדענקען פון דוד פרישמאן ער איז געװען צארט פון נאטוה נאר אין דעם זומפ פון אונזער לעבן האט ער געמוזט ארומגײן כסדר אין א לבוש פון שטעכעלקעה ניט אזוי פיעל כדי יענעם צו שטעכן״ נאר כדי זיך אלײן צו פארהיטך זיך אפזונדערן און צו זיך ניט צוצולאזן. זײן אײגענע רײנקײט און ציכטיגקײט האט ער לפחות געװאלט באװארענען• מיט טאלענטלאזיגקײטן זײנען פול אלע ליטעראטורען. נעבען געצײלטע װינציגע/ פון גאט אויסדערװעהלטע׳ דרעהן זיך תמיד און אומעטום ארום גאנצע מחנות פאלשזעהער און פאלשמאלער - ״געקינסטעלטע״ אפנארערישע. כלומרשט אויך קינסטלער אויך טאלענטן/ און על־פי־רוב פאלט אױם גראד אין חלק פון אט די פאלשקינסטלער די מײסטן אפלאדיס־ מענטן מצד פונ׳ם פארפירטן און ניט־פארשטענדיגען המון. די דעמאגאגיע און די קליקן־װירטשאפט הערשט אויך אין דער ליטעראטור װי אין דער פאליטיק און עס שאפן זיך כנופױת. װאס האלטן א מעכטיגן שילד ארום זײערע ״אײגענע מענשן״ און באזיצן בשותפות דאם גאנצע קלאפערגעצײג• װאס איז נײטיג. כדי דעם עולם־גולם צו פארטומלען׳ און אט פרובט נאר אנרירן אײנעם פון זײ - מ׳װעט אײך פון אלע זײטן באפאלן און מאכן פאר א גל־של־עצמות. מיט צבועקעס און אפנארערס. מיט אײגענניציגע פאר־ פירערס און שװאכקעפיגע פארפירטע. װאס שפרינגן קדוש נאך יעדען הײזעריגן חזן - איז פאלפילט יעדע עפענטליכע טעטיגקײט. יעדע געזעלשאפטליכע און פאליטישע ארגא־ ניזאציע. און גראד זײ האבן על פי רוב דעם גרעסטן פאלי־ טישן און געזעלשאפטליכן ערפאלג. זײ קריכען שנעל ארויף צו די שפיצן פון דער געזעלשאפט. שאפן פארטײען און גרופירונגען/ לאזן זיך אויסקלײבן פאר פארזיצערס און אנ־ פירערס און פארשאפן זיך דאס גאנצע קלאפערגעצײג. װאס איז נײטיג דעם עולם־גולם צו פארטומלען. אים האלטן אין ״שטאט׳/ אין הכנעה׳ און אים לאזן גלויבן׳ אז קײן בעסערע פארזארגערס דארף ער גאר ניט׳ אז דאס זײנען זײנע אמת׳סטע פרײנה זײנע איבערגעבענסטע פאטערס און אפיטרופסים• פרובט נאר אט די לײט אויף די היהנער־אויגן אנצוטרעטן און אקעגן אײך װעט זיך אויפהויבן א װילד געשרײ. אז ס׳װעט די אויערן פארטויבן און מ׳װעט אײך אפשטעמפלען אלס קריגער׳ אײנרײסער׳ כמעט־ניט פאררעטער אקעגן פאלק און פאטערלאנד. נאר בשעת דאס אלעס שפילט זיך אפ בא אנדערע אויף א זעהר ברייטן שטח׳ ארום א פאלקסלעבן און א ליטעראטור׳ װאס איז נאך אלעמען גענוג רײך און קרעפטיג׳ גענוג פרא־ דוקטױו און זאפטיג׳ אז עס קאן װי ניט איז איבערטראגן אט די פאראזיטן אויף זײן לײב און פארט װאקסן און געדײהן• - קומט עס פאר בא אונז אױף א פאלקסקערפער׳ װאס איז פון דער ביטערער גלות־נויט אבגעשװאכט ביז צום לעצטן גראד׳ דוד פרישמאן האט זיך אױסגעצײכענט׳ אלס דיכטער׳ נאװעליסט״ קריטיקער׳ פעלעטאניסט און איבערזעצער• דאס זײנען אבער נאר אויסערליך פארשײדענע פארמען? אין עצם אנטפלעקט זיך אין אלע פארמען אלץ דערזעלבער אײגענ־ טימליך פרישמאנישער גײסט׳ מיט זײן אײגענטימליכן קוק אויף דער װעלט און אויף דעם מענשען׳ מיט זײן פײנגעפיהל פאר׳ן שענעם און געשמאקן׳ מיט זײן װידערװילן צום העסליכן און לעכערליכן און מיט זײן בײסענדיגן שמײכעל און איראניע איבער דעם לײכטזין פון מענשן׳ װאס נעמען אן יעדעס בלישטשענדיגע שערבעל פאר גין־גאלד• און אזוי װײט האט ער זיך צוגעװאוינט צום געדאנק׳ אז װאס מענשן האלטן פאר גין־גאלד איז אין אמת׳ן בלויז א שערבעל׳ אז װען מענשען האבן װירקליך דערזעהן גאלד׳ און ער אלײן האט אויך געזעהן׳ אז ס׳איז גאלד׳ האט ער זיך אלײן ניט געגלויבט און אלץ געצװײפעלט׳ און רק געװאויגן און גע־ פארשט: טאמער איז עס פארט ניט מער װי א שערבעל? והא ראיה — מענשן האלטן עס פאר גאלד... אט דער דאזיגער סקעפטיציזם זײנער׳ דאס אײביגע צװײפעלדיגע שאקלען מיטץ קאפ און ציהן מיט די אקסלען די אײביגע גרײטקײט פון זײן פארניכטענדען שמײכעל און נויגונג אלעם אויסצולאכען׳ - אזוי װײט׳ אז שמוע־ סענדיג מיט אים איבער עפים׳ האט איר קײנמאל זיך ניט אנטשלאסען דער ערשטער ארויסצוזאגן א פאזיטױוע מײנונג איבער עפים׳ װײל איר זענט זיכער געװען׳ אז איר װעט אנטרעפן אויף אט דעם פארניכטענדען שמײכעל פון ביטול׳ - אט דער סקעפטיציזם׳ מײן איך׳ איז ניט געװען עפים װעזענטליכעם אין פרישמאן׳ס כאראקטער♦ פארקעהרט׳ אין זײן כאראקטער איז געלעגן א טיעפע פרינציפיעלע בא־ יאהוגג צו די װערטן פון דער אלגעמײנער און נאציאנאלער קולטור. ער האט געדיענט דער העברעאישער קולטור װי א פריעסטער א אידעאליםט׳ און האט ניט װעניג צוליב איר געליטן. אין זײן גאנצן פארקעהר מיט מענשען׳ מיט ליטעראטן און מיט ארויסגעבער׳ איז ניט געװען קײן שפור פון יענעם גראבן ציניזם און ריקזיכטלאזער אײגענ־ ניציגקײט׳ װעלכע װײזן זיך געװעהנליך ארויס בא מענשן׳ װאס קוקן אויף אלעס פון אויבן אראפ און זײנען אויף יעדען נאר מלמד חוב און גאר ניט קיין זכות׳ פרישמאנ׳ן האט זײן הארץ געצויגן צום פאזיטױון׳ צום רײנעם און שענעם׳ אין װעמעס עקסיסטענץ אויף דער װעלט ער האט געגלױבט באמונה שלמה• ער האט געקלעבט צו דעם׳ אין װעלכן ער האט געאהנט אמת׳ן טאלענט און אמת׳ע מארא־ לישע רײנקײט. צום אומגליק האט ער אבער אזוי אפט בא־ געגענט טאלענטלאזיגקײט׳ צביעות און אויסגעלאסענע פאר־ דארבענקײט׳ אז ער האט געמוזט אפשפרינגן װי א אפ־ געבריהטער און זיך פארבארגן צוריק אין זײן נארע׳