Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 48 (sequence 54)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 69% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--182-9581466- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פרישמאן געהערט בעצם׳ לויטן גאבצן מהות פון זײן ליטערארישער פיזיאנאמיע און לויט דעם סכום פון זײנע ליטערארישע לײסטונגען׳ דער העברעאישער ליטעראטור• אבער ער האט געשריבן ניט װעניג אויך ײדיש׳ הויפטזעכליך געזעלשאפטליכע און ליטעראריש־קריטישע פעלעטאנען• אויך אין ײדיש האבן מיר פאר זיך דעם אויסגעפרעגטן טיפ פון פרישמאנישען סטיל און ארט שרײבן׳ די ראפינירטע זאץ־ װענדונג׳ דעם פײנעם װיץ און דעם עלעגאבטן אבער פאר־ ניכטענדען שמײכל פון זײן קריטיק׳ דער ײדישער פרישמאן איז אין כמות קײן ערך ניט קלײנער פונ׳ם העברעאישן׳ אבער אין איכות שטײט ער אים לחלוטין גלײך׳ גענוי דערזעלבער מײסטער פון שפראך און קינסטלער פון בילד און פײנשמעקער און תמיד עהרליכער און מוטיגער קעמפפער פאר זײן אמת• פאר׳ן ײדיש־לעזער איז פרישמאן׳ס טויט פונקט אזא פארלוסט װי פאר׳ן העברעאיש־לעזער׳ מיר האבן אלע אין אים פאר־ לוירען אײנעם פון די שענסטע גײםטער אין אונזער נאציא־ נאלער קולטור׳ *געדיכטע״ איז פארבליבן בא אים אין הארצף נאר אין דער טרויעריגער שטימונג און אין די צארניג־פינקעלנדע אױגן האט מען עס געשפירט׳ אז עפיס איז דא בא אים ניט־ דערזאגטעס׳ עפיס אזוינס װאס רײסט זיך בא אים פון דער נשמה׳ נאר ס׳קאן זיך נאך ניט ארויסרײסן. אין דער מיט איז ער געשטארבן׳ אײנזאם איז ער געשטארבן אין דעם רוישענדיגן בערלין׳ אין דעם בײעם צענטר׳ װאו ם׳איז פארזאמעלט כמעט דער גאנצער רעשט פון דער העברעאיש ־ שרײבענדער משפחה און א גרױסער טײל אויך פון די ײדישע שרײבער. די קליקענװירטשאפט און כנופיה ־ פאליטיקערײ און יד־אחת־ פארבאנד איז אויך דא אלמעכטיג און סוף כל סוף האבן זיך ארום פרישמאנ׳ס קבר געפינען נאר זעהר װינציג עהרליכע פרײבד און פארעהרער׳ װאם האבן פרישמאנען מיט׳ן גאנצן אמת געאכטעט און ריכטיג פארשטאנען. דערפאר אבער האט זײן טויט דערװעקט אויפריכטיגן טרויער אין די ברײטעסטע לעזער־קרײזן אין דער גאנצער װעלט. משה קלײנמאן• קונסט און ליטעראטור כראניק♦ קבר איז געפינען געװארן אין יאר 1906׳ פארדינט אײגעגטליך מער אינטערץס• דער דאזיגער פרעה האט שוין אין דער ערשטער העלפט פונ׳ם 14־טן יארהונדערט פאר דער געװײנליכער צײטרעכנונג׳ אײנגעפירט דעם קולט פון א אײנציגן גאט אמון׳ און האט פאר אים מחבר געװען א שיר־תהלה׳ װעלכער איז שטארק עהנליך צום קאפיטל תהלים ק״ד (אדער פארקערט). דער העברעאישער דיכטער טשערניכאװםקי האט דאם דאזיגע געדיכט איבערגעזעצט אין העברעאיש און ער האט ניט געקאנט זיך אפהאלטן פון באנוצן גאנצע פסוקים פון תהלים• טשערניכאװסקים איבער־ זעצונג ערשײנט אין פיערטן העפט ״רמוף• — די צװײ קאלאםאלע זיצענדיגע םטאטוען פון מערגעפטא׳ װעלכן מ׳האלמ פאר דעם פרעה פון יציאת מצרים׳ האט די עגיפטישע רעגירונג אװעקגעשענקט דעם מעטראפאליטאן־קונסט־מוזײאוס אין נױ־יארק• די םטאטוען האבן געהערס צום מזרה־טויער פוג׳ם טעמפעל אין לוקסאר• - אין ״אמעריקאן היברױ״ פון 29־טן דעצעמבער װערט באשריבן די ביבעל־ אױםשטעלונג פון דער ״פובליק ליברערי״ אין נױ־יארק• צװישן די אויסגעשטעלטע זעלטענע זאכן געפינען זיך: ראלען פון םפרי־תורות אויף העברעאיש׳ א סאמארי־ טאנישער הומש׳ אלטע גריכישע און לאטײנישע תנ״ךן׳ די בארימטע גוטענ־ בערגשע ביבעל פונ׳ם יאר 1455-1453 (דאס ערשטע בוך׳ װאם איז ארוים פון דרוק)׳ די לוטער־ביבעל פונ׳ם יאר 1534• פון די נײערע ביבעל־אויםגאבן פאר־ דינט דערמאנט צו װערן די׳ װעלכע איז ניט לאנג ערשיענען בא דער ײדישער פובליקאציאנס־געזעלשאפט אין אמעריקא• די ערשטע ביבעל׳ װאם איז געדרוקט געװארן אין אמעריקא איז דער אינדיאנער תנ״ך פון יאר 1663׳ ארויםגעגעבן דורך דזשאן עליאט• צװישן די אילומינירטע כתב־יד׳ן איז באמערקענסווערם די ביבעל־האנטשריפט׳ װעלכע האט געהערט צו דיאנע דע פאאטיער׳ די גע־ ליבטע פון קעניג הענרי דעם 2־טן• די ערשטע אויםגאבן פון דער ביבעל אויף טשעכיש׳ צערקאװנע־םלאװיש׳ דעניש׳ האלענדיש׳ שװעדיש׳ איםלענדיש׳ איריש׳ װעלשיש׳ שפאניש׳ אראביש׳ ארמעניש׳"פערזיש׳ םיריש׳ כינעזיש און אנדערע שפראכן׳ באװײזן װי פריה און אלגעמײן ם׳האט זיך אנגעהויבן די פארברײטונג פונ׳ם ״בוך דער ביכער״• א באזונדערע גרופע בילדן די געפעהלערטע תג״ךן׳ אײניגע פון די דרוקפעהלער זײנען פשוט פאטאל. אט איז׳ צום בײשפיל׳ )< ענגלישע ביבעל פין יאר 1631 און א דײטשע פון יאר 1731 און מערקװירדיג - אין בײדע דערזעלבע פעהלער: דער ״לא״ אינ׳ם ד־טן געבאט פעהלט. א שאד׳ װאס די העברעאישע תנ״ך׳ן גופא זײנען אויף דער אויםשטעלונג קנאפ פארגעשטעלט• . ~ - דער קאמיטעט פון דער ײדישער קונםטאויםשטעלונג אין װארשא בעט די ײדישע קינסטלער פון אלע לענדער׳ װעלכע װילן טײלנעמען אין דער איים־ שטעלונג׳ זיך װענדן צום אױםשטעלונגס־קאמיטעט אויף פאלגענדען אדרעם: .26 8)81׳011<1ע2־ו0 ,8*ו1!9781-81 ,1)6] 5x1111״81׳״ס1ז׳ג2 *£*11!01)1 — דעם 2-טן יאנואר איז געעפענט געװארן אין בערלין׳ אין דער אמאליגער גאלערײע פון װאן־דיעמען, די בילדער אויםשטעלונג פון מארק שאגאל• ױ װײזם צומײסטן די ארבײטן פונ׳ם קינםטלער אין דעם פעריאד פון די יארן 1917-1914 (זעה די בילדער אויף ז• 19 און ז• 20)׳ װעלכע ער האט געשאפן׳ צוריקקומענדיג פון פאריז אהײם קײן װיטעבםק• דאם איז געװען זעהר א פרוכטבארער פעריאד׳ אין װעלכער שאגאלם פערזענליבקײט איז אויםגעװאקסן צו זײן פולער מײסטער־ שאפט• די נײסטע שאפונגען פונ׳ם קינםטלער׳ זײנען פארבליבן אין רוםלאנד׳ אפגעקויפט פון דעד רוםישער מלוכה. שאגאל איז געקומען ערשט ניט לאנג קײן בערלין און רעכנט אויםצושטעלן זײנע בילדער אױך אין פאריו׳ לאנדאן און אמעריקא• — אין נאװעמבר און דעצעמבר פ• י. איז אין בערלין פארגעקומען׳ אין דער אמאליגער גאלערײע פון װאךדיעמען׳ די ערשטע רוםישע קונסטאויםשטעלונג פון נאך׳ן קריעג• אין דער אויםשטעלונג האבן זיך באטײליגט אײניגע ײדישע קינםטלער׳ װי שאגאל׳ שטערענבערג׳ אלטמאן׳ ליסיצקי׳ גבא׳ טשײקאװ און אנדערע. א גענויערע אפשאצובג פון די ארבײטן פון די ײדישע קינםטלער געבן מיר אויף זײט 14• — אין מיטן דעצעמבר איז אין דער קנעדלער גאלערײע׳ אין נױ־יארק׳ פאר־ געקומען א אויםשטעלונג פון לעאן באקסט׳ס װערק• ס׳זײנען אויסגעשטעלט טעאטער־דעקאראציעם׳ קאסטױם־שטודיען און צײכנונגען. לעאן באקםט געפינט ־יך אצינד אין נױ־יארק• אין קאגאנ׳ם פארלאג ״רוסישע קונםט״ איז נאר װאס ערשיענען א גרויםע׳ רײך־אילוסטרירטע מאנאגראפיע איבערן קינםטלער פון אנדרײ לעװינזאן אויף ענגליש• — אין כריםטיאניא און אין שטאקהאלם וועט בקרוב פארקומען א אוים־ שטעלונג פון די גראפישע װערק פון דער קינםטלערין רחל שליט־מארקוס• אחוץ די ליטאגראפיעס׳ װעלכע זײנען שוין אויסגעשטעלט געװען בא גילדענדאל אין בערליף קומען דארט צו דער אויסשטעלונג נאך פארטרעט־שטודיען און אילו־ םטראציעם צו דער אויםגאבע פון רב נחמן בראצלאװער׳ם םפורי מעשיות, װעלכע עם גרײט צו דער רמון־פארלאג• פון דערזעלבער קינםטלערין איז איצט ערשיענען אין ״כלל־פארלאג״ א מאפענװערק ״מענשעלאך און סצענעס״׳ זעכצעהן צײכנונגען צו שלום־עליכם׳ס װערק: ״מאטל פײסי דעם חזן׳ס ײנגל״• עס ענטהאלט אױך דאם בילד ״אץ עמיגראנטן־בירא״׳ װעלכעם איז אפגעדרוקט געװען אין ״מילגרוים״ און אין ״רמוך׳ העפט 2• װעגן״דעם דאזיגן װערק װעלען מיר נאך רעדען• — בא דער געלעגענהײט׳ װאם מ׳האט אויםגעגראבן דעם קבר פון פרעה־ תות־אנך־אמון׳ װעלכעס האט אין דער װיםענשאפטליכער װעלט ארויסגערופן אזא גרוים אויפזעהן׳ — איז כדאי צו דערמאבען׳ אז דעם דאזיגן פרעה׳ם שװיגער־ פאמער און פארגעבגער אויף׳ן טראן׳ פרעה־אמונפית דער פיערטער׳ װאס זײן ר. װ• 48