Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 45 (sequence 51)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--179-9581463- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מײנט׳ קאנען מיר נישט זאגן׳ אבער א שטיק אמת איז דא פאראן לכל הדעות• פארשטײט זיך׳ אז מיר זײנען נישט מחויב אנצונעמען דעם אני מאמין פונ׳ם מחבר און גלויבן מיט אים דארײן׳ אז די גרויסע קולטורן פאלן צו אונז אראב פארטיגע פון הימל און אז מיר װערן פון זײ געקנאטן כחומר ביד הױצר• מיר קאנען אפװארפן די דאזיגע סברה פונ׳ם מחבר און אננעמען, אז די גרויסע קולטורן זײנען באשאפן געװארן דורך פארשײדענע געשיכטליכע סיבות׳ דורך פאר־ שײדענע געשיכטליכע איבערלעבונגן׳ און דערבײ װעט עס בלײבן ריכטיג׳ אז ערשט די קולטור מאכט פון א גרופע א פאלק׳ אז ערשט די קולטור קנעט אויס פון דעם טײג פון דער מענשליכער מאסע די פארם פון א נאציע• אהן דער קולטור בלײבט די מענשליכע גרופע אהן א באשטימטן פרצוף׳ תמיד גרײט פונאגדערצופאלן און צושאטן צו װערן• אין דעם דאזיגן פרט איז עס אנ׳אמת׳ אז נישט דאס פאלק באשאפט די קולטור׳ נאר אז די קולטור בא- שאפט דאס פאלק• עס איז אגב מהאי טעמא זעהר כאראקטעריסטיש׳ װאס למשל דער מארקסיזם׳ װעלכער האט בטבע פײנט און איז מבטל דעם גאנצן ענין פון קולטור׳ האט אויך פײנט און איז מבטל דעם גאנצן ענין פון נאציע און רעדט תמיד נאר פון מ א ס ע• מהאי טעמא האלטן זיך פעלקער מיט געזונטע חושים און אינסטינקטן מיט אלע כחות פאר זײער קולטור׳ װײל זײ פילן׳ אז מיט דער רגע׳ װען עס װעט בטל װערן זײער קולטור׳ שטײען זײ פאר דער סכנה מגולגל צו װערן אין לויזע גרופעס אהן א פעסטען צונויפהאלט• באזונדער זעהט מען עס בא קלענערע פעלקער׳ װעלכע זײנען ארומגערינגעלט פון גרויסע׳ שטארקע און אלטע קולטורן♦ זײ זוכן זיך צו פארװארצלען װאס טיפער אין דער געשיכטע (אזוי פלעגן למשל די טשעכן מאכן פאלשע דאקומענטן און יחוס־בריף׳ כדי צו דערװײזן אז זײ קומען ארוים פון אנ׳אלטן מקור)ן און מהאי טעמא זעהען מיר א סימן פון נאציאנאלער׳ קולטורעלער און מאראלישער ירידה׳ װען א פאלק אדער א געװיסער טײל פון א פאלק׳ זאגט זיך אפ פון זײן קולטורעלן עבר• דער געדאנק װעגן דער אינעװײניגסטער באציהונג צװישן קולטור און נאציע געהערט צו די חשובםטע מםקנות אין דעם גאנצן בוך פון אונזער מחבר• װארצעל פון זײער קױם אין זיך אלײן? זײ שפראצן און װאקסן ארויס פון די טיפסטע טיפענישן פון דער נשמה. די פעלקער אבער׳ װעלכע געפינען זיך אונטער דער שליטה פון א קולטור׳ זײנען לויט זײער אינעװײניגסטער פארם און לויט זײער גאנצער טבע נישט די סיבה נאר דער פועל־ױצא פון דער דאזיגער קולטור * זײ באשאפן נישט די קולטור׳ נאר װערן פון איר באשאפן. די דאזיגע באשאפונגען׳ אין װעלכע די מענשהײט װערט באארבעט װי א מאטעריאל׳ האבן זײער אײגענעם םטיל און זײער אײגענע סטיל־געשיכטע פונקט אזוי װי די פארשײדענע מינים פון קונסט און די פארשײדענע אופנים פון דײנקען. דאס גריכישע פאלק פון דעם אלטען אטען איז נישט װײניגער א סימבאל װי די הײליגע געבײען פון דעם אלטן גריכענלאנד. עס זײנען פאראן פעלקער פון אנ׳אפאלינישן׳ פויםטישן און מאגישן שטײגער• די מאגישע קולטור׳ װעלכע איז געבארן געװארן אין די צײטן פון ישוע הנוצרי האט ארויםגעבראכט פון זיך דאם אראבישע פאלק׳ װעלכעס שטעלט מיט זיך פאר א רעליגיעזן קיבוץ פונקט אזוי װי דאם ײדישע פאלק׳ און די אנדערע איסלאמיטישע פעלקער. די װעלט־געשיכטע פון די גרויסע קולטורן און פעלקער זײנען נאר די סימבאלישע פארם׳ אין װעלכער דער מענש פון די דאזיגע קולטורן דערפילט זײן גורל. אין יעט־ װעדער פון די דאזיגע קולטורן׳ דער מעקסיקאנישער װי דער כינעזישער׳ דער אעדישער װי דער מצרישער - צו מיר װײסן פון זײ צו נישט - איז פאראן א גרופע פון גרויםע פעלקער פון דעמזעלביגן שניט׳ װעלכע װערט געבארן אין דעם באגינען פון א תקופה׳ װעלכע טראגט אין זיך געשיכטע און ארבעט ארוים מלוכות און װעלכע פירט אנטקעגן א בא־ שטימטן ציל די פארם׳ װאם װארצעלט אין איר. זײ זײנען שטארק פארשײדן פונאנאנד. אין פלוג װײזט אויס׳ אז עם איז נישטא קײן גרעסערער הפך װי דער צװישן אטענער און שפארטאנער׳ דײטשן און פראנצויזן׳ טסין און טסו (פארשײדענע כינעזישע שטאמען)... אבער װי נאר עס באװײזטזיך א קולטורפרעמד פאלק׳ אזוי דערװעקט זיך אומעטום א מוראדיג שטארק געפיל פון נשמה־קרובהשאפט״׳ דער מחבר װערט אזוי נתפעל פון זײן אײגענער סברה׳ אז ער דערקלערט זי פאר די װיכטיגסטע אנטפלעקונג♦ צו איז די דאזיגע אנטפלעקונג טאקע אזוי װיכטיג װי דער מחבר ר. זעליגמאן• 46