Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 44

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 44 (sequence 50)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--178-9581462
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

תוך. דער תוך פון דער ײדישער ״אחדות״ פארמאגט אין זיך אלגעמײן־מענשליכע אידעעך װעלכע זײנען יא מסוגל צו אנ׳ארגאנישער אנטװיקלונג. מען דארף אויף אזא אופן נאר באפרײען דעם תוך פון דער פארם• בודאי װעט דערפון ארויסקומען אנ׳אנדער מין ײדענטום - ניט יענעס ײדענטום״ װעלכעס מיר קענען פונ׳ם מיטעלאלטער. אבער זײט װען איז די קולטור פון א פאלק אדער א ראסע געבליבן תמיד אין דערזעלביגער פארם און אויף דערזעלביגער מדרגה? אזוינע מיני פארגליװערטע. פון ששת ימי בראשית אן פארטיג געגעבענע קולטורן עקזיסטירן נאר אין דעם כח הדמױן פון אונזער מחבר אבער נישט אין דער ממשותדיגער לעבענס־ פראק&יקע. געװיס - אז מיר זאלן אננעמען דעם עיקר־ געדאנק פון שפענגלער׳ס קולטור ־ פילאזאפיע און האלטן מיט אים> אז עס איז נישטא קײן אלגעמײן־מענשליכע קולטור בכלל. נאר אז אונז זײנען געגעבן געװארן פארשײדענע קולטור־טיפך װעלכע זײנען לגמרי פרעמד אײנער דעם אגדערן״ נישט האבענדיג קײן שײכות אײנער צום אנדערן ז מיט אנדערע װערטער״ װען מיר זאלן האלטן מיט אונזער מחבר. אז די פארשײדענע קולטור־טיפן פארמאגן כלל נישט קײן אלגעמײנעם תוך׳ װאם איז בשותפותדיג פאר דער גאנצער מענשהײט׳ װעלן מיר׳ פארשטײט זיך׳ מוזן זאגן׳ אז אויך דער קולטור־טיפ פון דער ײדישער ״אחדות״ פארמאגט ניט קײן אלגעמײנעם מענשליכן תוך און מוז דערפאר בטל װערן מיט דער רגע׳ אין װעלכער עס װערט בטל זײן פארם• אבער די דאזיגע גאנצע סברה איז ניט מער װי אנ׳אויסטראכטעניש׳ װי א פוסטע קאנסטרוקציע. א נישט - טא פון װאנען נעמט זיך עס׳ װאס די געדאנקען פונ׳ם ״אפאלינישן קולטור־טיפ׳/ דהײנו די געדאנקען פון א דעמאקריט׳ א פיטאגאראס און א פלאטאן האבן געפונען אזא שטארקן און הילכיגן אפקלאנג אין דעם דײנקען פון דעם ״פויסטישן״ קולטור־טיפ און האבן א ממשות פאר דעם דאזיגן דײנקען ביז דעם הײנטיגן טאגז פון װאנען נעמט זיך עס׳ װאס די געדאנקן און געפילן פון אזא װילדפרעמדן קולטור־טיפ װי דער אינדישער און כינע־ זישער׳ װאס די געדאנקען און געפילן פון א בודדא און א לאאטזע זײנען פאר דעם מענשן פון דעם ״פויסטישן״ קולטור־ טיפ פונקט אזוי לעבעדיג און פריש־צאפעלדיג װי פאר דעם מענשן פונ׳ם אלטען אינדיען און כינאז פון װאנען נעמט זיך עס׳ װאס מענשן פונ׳ם ״פויסטישן״ שניט און דײנק־ שטײגער׳ א שאפענהויער למשל׳ געפינט זיך אין א סך נעהנטער און עיקר׳דיגער קרובהשאפט צו א בודדא אדער צו א קוהלת אײדער צו מענשן פון זײן אײגענעם מין׳ א שטײגער צו א העגעל ז איז עס נישט א װילדער חדוש ז עס איז אבער א״ חידוש נאר פאר א געשיכטס־פילא־ זאפישע קאנסטרוקציע׳ וועלכע פארצאמט זיך אליין דעם וועג צום שכל הישר. פאר דעם שכל הישר גופא׳ װעלכער פאר־ בלענדט זיך נישט דורך אויסגעטראכטע טעאריעס׳ איז עס גאר קײן חדוש נישט: זײנען דאך די מענשן פון די פאר־ שײדענסטע קולטור־טיפן געשטאנען פאר דיזעלבע פראבלעמען פון לעבן׳ טויט און לײד! קעגן דעם געםינען מיר א גרויסן אמת אין דער סברה פון אונזער מחבר מכח דער באציהונג צװישן קולטור און נאציע. אט װאס ער זאגט דעריבער: ״די גרויסע קולטורן טראגן די ערד• אין דער רגע׳ װען די צױויליזירטע מעטאדע פון דער אײראפעיש־אמעריקאנישער װעלט װעט דערגרײכן אירע פולסטע פארטיגקײט׳ װעט דער גורל פונים ײדענטום פאר־ חתמעט זײן לכל הפחות אין דער מערב ־ אײראפעאישער װעלט. - די רוסישע איז א פראבלעם פאר זיך״ (ז• 399-397)• דעם ײדישן לײענער װעט זיך דא אפשר קודם כל װארפן אין די אויגן די עם־הארצות פון אונזער מחבר בנוגע דעם ײדישן לעבענס־שטײגער. די ײדישע רבנים זײנען די ברא־ מאנען פון דער ײדישער גאס און דער מענש פון דער ײדישער מאסעאיז א קולי ו װער עסהאט אפילו נור אנ׳אויבענאויפיגע ידיעה פון דעם לעבענס־שטייגער אין אינדיען׳ װײס׳ אז די בראמאנען געהערן צו א הײליגער קאסטע׳ װאס א מענש פון א נידעריגער קאסטע טאר זיך צו זײ ניט צורירן׳ װארום דורך אזא מין בארירונג װערט דער בראמאנער טמא׳ א פשיטא שוין אז א מענש פון א נידעריגער קאסטע קאן קײנמאל אין לעבן ניט װערן קײן בראמאנער׳ אפילו אז ער זאל פארמאגן די גרעסטע בקיאות אין די ענינים פון דער בראמאנישער רעליגיע און זאל זײן דער גרעסטער גאון. און עס זײנען פאראן אין אינזץען אזונע קאסטן׳ װאם א מענש װעלכער געהערט צו זײ׳ טאר זיך ניט באװײזן פאר א בראמאנער אין די אויגן׳ װארום ער איז אים מטמא מיט׳ן בלויזן קוק. בא ײדן אבער קאן איטליכער אהן י קײן שום טענות און מענות װערן א רב׳ אויב ער פארמאגט נאר די נויטיגע ידיעות און קענטענישן און באקומט סמיכה. קײן שום יחוס איז דא ניט שײך• און װער פון אונז װײס ניט׳ אז פשוטע בעלי־בתים פלעגן ניט זעלטן האבן מער כבוד אײדער א רב׳ בלויז צוליב דעם׳ װאס זײ האבן געקאנט מער לערנען. די דאזיגע שטותערײ מצד דעם מחבר דארף אבער פאר אונז ניט זײן קײן מניעה אבצושטעלן זיך אויף זײנע אנשויאונגען איבער דעם מהות פונ׳ם ײדישן פאלק. װי אלע געשיכטס־פילאזאפישע קאנסטרוקציעס לײדט אויך די פון אונזער מחבר פון שרעק־ ליכע גוזמאות. עס איז בודאי אנ׳אמת׳ אז ביז דער סאמער לעצטער צײט האט דאס ײדענטום געלעבט אונטער דעם צײכן פון א שװײגענדיגן ״הםכם״׳ א שוױייגענדיגער ״אחדות״. אבער עס איז נישט װײניגער אנ׳אמת אז כל זמן די דאזינע אחדות איז געװען פעסט און אײנגעפונדעװעט׳ איז זי אלע־ מאל געװען פארקניפעלט מיט דעם געדאנק פון א ײדיש לאנד׳ און אז דער דאזיגער געדאנק האט ערשט דאן אנ־ געװארן זײן לעבענס־כח װען די ״אחדות״ האט אויפגעהערט צו האבן א קױם - בא דעם מערב־אײראפעישן ײדענטום זײט דער גרויסער פראנצויזישער עמאנציפאציע און בא א געװיםן טײל פון דעם רוסישן ײדענטום׳ אװאו די נאציאנאלע דעקאדענץ האט זיך אנגעהויבן אויסצודריקן אין דעם אזוי אנגערופענעם ״ײדישיזם״. װײטער איז בודאי פאראן א רעכטע ביסל אמת אין דעם אויסזאג פונ׳ם מחבר׳ אז די אידעע פון דער ײדישער ״אחדות״ האט באקומען א פארטיג־פארגלױוערטע פארם׳ װעלכע איז ניט מסוגל געװען צו אנ׳ארגאנישער אנט־ װיקלונג׳ און אז מהאי טעמא איז דאס ארײנגעצױגן װערן אין די גײםטיגע באװעגונגען פון די מערב־אײראפעישע פעלקער געװען פאר איר אײנע פון די גרעסטע סכנות (אגב האבן מיר די אײגענע סברה שוין געהערט פון אחד־העם׳ן). אבער פארגלױוערט איז דא געװען נאר די פארם״ נישט דער 44

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.