Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 43

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 43 (sequence 49)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--177-9581461
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

בנמצא• די קלענסטע ײדישע גאם איז א שטיק גרויס־שטאט׳ אמת א צרה׳דיג שטיק גרויסשטאט׳ אבער פארט א גרויס־ שטאט• פונקט אזוי װי די תושבים פון דעם פארגלױוערטן אינדיען און כינא/ פאלן די תושבים פון דער ײדישער גאס פאנאנדער אין שארף פונאיאנד אבגעגרעניצטע קאסטען - פון אײן צד די רבנים׳ װאם דאם זײנען די בראמאנען (אינדישע כהנים) און מאנדארינען (כינעזישע געלערנטע און באאמטע) פון דער ײדישער גאם׳ און פון דעם אנדערן צד די מאסע פון קולים (קולי א פשוטער ארבעטער אין כינא)• מיט א קאלטן׳ צױוילירטן און תקיפ׳ען שכל און מיט א חוש פאר משא ומתן׳ װעלכער קען נישט קײן שום אפהאלט (ז• 391-390)• און װײטער אין אנ׳אגדער ארט: ״מיט דער השכלה־ באװעגונג פון דעם 18־טען יארהונדערט/ דער אזוי אנ־ גערופענער תקופה פון דער אויפקלערונג/ האט אויך די מערב־אײראפעישע קולטור אנגענומן א גרויס־שטעטישן און אינטעלעקטועלן כאראקטער? דורכדעם איז אויך די ײדישע ״אחדות״ פלוצים געקומען אין א בארירונג מיט דער דאזיגער השכלה׳ אזוי אז זי האט פון יענער רגע אן געקאנט מיט איר האבן א מגע ומשא• דאם ספרדישע ײדענטום מיט זײנע שוין פון לאנג אן פארטריקענטע לעבענסזאפטען האט זיך פלוצים געפונען אין דער מיט פון א תקופה׳ װעלכע איז אין אמת׳ען געװען פאר אים א װײטער עבר׳ אבער װעלכע האט אין אים געמוזט דערװעקן א געפיל פון קרובהשאפט אויף אזוי פיל׳ אויף װי פיל זי איז געװען קריטיש און האט זיך צו אלץ אין דער װעלט באצויגן בשלילה• די דאזיגע תקופה האט שטארק צוגעצויגן צו זיך דעם גײסט פונ׳ם ײדענטום׳ איז אבער אין דער אײגענער צײט געװען פאר אים א סכנה און א סם המות׳ װארום װערענדיג ארײנגעצויגן אין די גרויםע באװעגונג פון די ארומיגע נאציעס׳ האט די ײדישע ״אחדות״ געקראגן א מוראדיגן קלאפ׳ און הױת װי די דאזיגע ״אחדות״ איז געװען א פארטיגע און פארגלױוערטע און מער נישט מסוגל צו קײן שום ארגאנישער אנטװיקלונג• איז זי פון דעם קלאפ צוטרײסעלט געװארן ביז צום פונאנדערפאלן• װארום אויב די אויפקלערונג איז פאר דעם פויסטישן גײנזט געװען א טראט װײטער׳ אמת א טראט איבער חורבות׳ אבער פארט אויף דעם אײגענעם װעג און אין דער ריכטונג פון אויפבויאונג׳ איז זי פאר דעם ײדענטום געװען מער נישט װי א פראצעם פון צעשטערונג ... אויב די דאזיגע מאגישע נאציע געפינט זיך איצט אין דער םכנה אין גאנצן בטל צו װערן׳ אין אײנעם מיט דער ײדישער גאם און דער רעליגיע׳ איז דאם נישט דערפאר׳ װיל די מעטאפיזישע יסודות פון די בײדע קולטורן זײנען נעהענטער געקומען אײנער צו דעם אנדערן - דאם איז אוממעגליך! - נאר װײל די דאזיגע יסודות האבן אויפגעהערט צו שפילן א ראלע אין דער אהן־ממשותדיגער אינטעליגענץ פון די בײדע צדדים• זי האט פארלוירן יעטװעדע אינעװײניגסטע אחדות׳ און עס איז איר איבעריג געבליבן נאר אנ׳אחדות אין פראקטישע פראגן• אבער די גרויסע מעלה׳ װעלכע די דאזיגע מאגישע נאציע האט פארמאגט כלפי די אנדערע פעלקער דורך איר סוחר׳שן גײסט װערט װאס װײטער אלץ שװאכער• כלפי דעם אמעריקאנער איז זי כמעט װי נישט בנמצא• און דערמיט װערט בטל דער שטארקסטער מיטעל׳ װעלכער האט נאך געקאנט דערהאלטן דעם קױם פון דער ״אחדות״׳ װאס האט זיך אבגעריסן פון דער האט ארויםגעארבעט באם ײדן ביז צו א פארטיגער געשטאלט• מען האט זיך פײנט געהאט און מען האט געקוקט מיט א ביטול אײנער אויף דעם אנדערן נישט דערפאר׳ װײל מען האט גע־ פילט דעם אונטערשײד פון ראסע׳ נאר װײל בא בײדע צדדים האט געפעלט דער ״גלײכער טראט״ (דער הסכם איץ די אנ־ שויאונגען)• די ײדישע ״אחדות״ האט אין די קריסטליכע דערפער און ישובים ארײנגעבויט אירע גרויס־שטעטישע - פראלעטארישע - ײדישע געסלאך (געטא׳ס)• די ײדישע גאס איז מיט טויזענט יאר עלטער פאר דער קריסטליך מיטעלאלטערליכער שטאט• פונקט אזוי זײנען אין די צײטן פון ישו הנוצרי די רוימישע שטעט געלעגן צװישן די ײדישע דערפער באם ברעג פונ׳ם ים־כנרת• אבער אחוץ *אלדעם זײנען דאך די דאזיגע ױנגע נאציעס געװען צוגעשמידט צו זײער ערד און פארקניפעלט מיט דער אידעע פון זײער אײגענער הײם• די ״אחדות״ אבער׳ װעלכע האט נישט געהאט קײן ערד אונטער זיך׳ און װעלכע האט צונויפגעהאלטן די גלידער פון דער נאציע אהן קײן שום בארעכענטע כונה און אהן קײן שום ארגאניזאציע׳ נאר בלויז דורך די מאכט פון אנ׳אומבאװאוסטזיניגן חוש׳ אנ׳אויסדרוק פון א מאגישן װעלט־ געפיל׳ איז פאר די דאזיגע ױנגע נאציעס געװען א זאך׳ װעלכע זײ האבן בשום אופן נישט געקאנט משיג זײן׳ און װעלכע האט אויף זײ אנגעװארםן א פחד• אט אין יענער צײט איז דאם געבארן געװארן די אידעע פונ׳ם ״אײביגן ײדן״• טאמער האט זיך פון שאטלאנד פארבלאנדזעט א גלח ערגיץ אין א מאנאסטיר פון דער לאמבארדישער מדינה׳ בענקענדיג דער־ בײ שטארק צוריק צו זיך א הײם״ איז דאס געװען א בא־ זונדערע פאסירונג• אבער אז א רב פון פאלערמא אדער פון מאינץ׳ אװאו עם האט זיך אינ׳ם יאר טויזענד נאך קריסטוס׳ן געפונען די גרעסטע ישיבה פון די מערב־לענדער׳ פלעגט קומען קײן קאירא׳ באסרא אדער מערװ׳ איז ער אין יעט־ װעדער ײדישער גאס געװען בא זיך אין דער הײם• אין דעם דאזיגן שװײגענדיגן ״הסכם״ איז געלעגן די אידעע פון דער מאגישער נאציע; דאס איז געװען אי א מלוכה׳ אי אנ׳אמונה׳ אי א פאלק פונקט אזוי װי דאס גריכענטום׳ דאס פערזענ־ טום אוןדער איסלאם? אין מערב־אײראפע האט מען דעמאלט דערפון גאר נישט געװאוםט• שפינאזע און אוריאל אקאסטא האבן בוגד במלכות געװען׳ און דערפאר האט מען זײ ארויס־ געטריבן פון דער דאזיגער מלוכה׳ װעלכע האט. פארמאגט אירע אײגענע געזעצן און איר אײגענעם קהלשען לעבן׳ אראב־ קוקענדיג אויף די ארומיגע װעלט פון די שכנותדיגע פעלקער װי אויף אמין חוץ־לארץ• די קריסטען האבן דאס אלץ נישט באמערקט און נישט געפילט• דער גאנצער פסק־דין בנוגע צו שפינאז׳ען און אוריאל אקאסט׳ען איז געװען א פאסירונג׳ װאם די ארומיגע פעלקער זײנען נישט געװען מסוגל צו פארשטײן דעם טיפערן מײן דערפון• און נאך אינ׳ם יאר 1799 איז דער חשובסטער דײנקער פון די פויליש־רוסישע חסידים. שניאור זלמן• איבערגעגעבן געװארן פון די מתנגדים אין די הענט פון דער פעטערבורגער מלוכה װי אין די פון א װילד־פרעמדער מדינה״• ״דאס ײדענטום פון דעם מערב־ אײראפעישן תחום האט שוין אין גאנצן פארלארן די באציהונג צו דער ערד׳ װעלכע האט נאך עקזיסטירט בא די ײדן פון דעם אראבישן שפאניען• פויערים זײנען שוין בא זײ נישט

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.