Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 42 (sequence 48)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 82% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--176-9581460- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מדינות- און מהאי טעמא איז די דאזיגע פארם די אײנציג נא־ טירליכע און ממילא׳דיגע פאר אלע מאגישעירעליגיעס. אין צפון־זײט האט דאס יידענטום שוין אין פריהערדיגע צייטן באװיזן זיך אדורכצושטופן ביז צו קאװקאז דורך די ײדישע מדינה אדיאבענע- און אין מערב־זײט ביז צו סאבא- װי עס ווייזט אויס אין דער לענג פון דעם פערסישן ים־ארײנגוס. אין דער ריכטונג פון מערב־זײט- אין אלעקסאנדריע- קירענע און קיפר האט דאס ײדענטום פארמאגט די גרעסטע מאכט און געהאט די גרעסטע דעה• די הנהגה פונ׳ם לאנד מצרים און די פאליטיק פון דער פרסישער מדינה איז צום טײל גע־ לעגן אין ײדישע הענט״. (ז. 253). און א ביסל װײטער: ״דער חורבן פון ירושלים האט גע־ טראפן נאר זעהר א קלײנעם טײל פון דער אומה- און דערצו איז דאס געװען א טײל, װעלכער האט הן אין פאליטישן- הץ אין גייסטיגן פרט געשפילט די קלײנסטע ראלע. זייט הונ־ דערטע פון יארן האט דאס ײדענטום געלעבט אין א פארם- װעלכע איז לגמרי נישט געװען צונױפגעבונדען מיט א בא־ שטימטן לאנה און עס איז דערמיט נישט געװען א ױצא מן הכלל• װארום אזוי האבן געלעבט אויך די פרסים און אנדערע אומות. מען פארשטײט זעהר פאלש דעם רושם״ װאס די דאזיגע מלחמה האט געמאכט אויף דאס ײדענטום, בנוגע צו װעלכן די מדינה יהודה האט זיך באצויגן װי צו א תפל־זאך• דעם נצחון פון די עכו״ם און דעם חורבן פונ׳ם בית־המקדש האט מען געפילט ביז אין די טיפסטע טיפענישן פון דער נשמה- און מען האט זיך נוקם געװען דערפאר אין דעם הײליגן קאמף פונ׳ם יאר 15וז אבער ניט צוליב דעם אידעאל פון יהודה- נאר צוליב דעם פון דער גאנצער ײדישער אומה אלס אזוינער... די אידעאלע פארם פון דער נאציע איז געװען די ײדישע אמונה- פארקערפערט אין דער ״שול׳/ אינ׳ם ״בית־מדרש׳/ די רײנע ״אחדות׳/ פונקט װי די אלט־קאטאלישע רעליגיע- פארקערפערט אינ׳ם ״קלויסטער״ און פונקט װי די מאהאמעדאנישע רעליגיע? די צעשטערונג פון יהודה און דעם משפחה־גײסט- װעלכער האט דארט געװעלטיגט- האט ערשט גורם געװען דערצו- אז זי (די ״אחדות״) זאל אין גאנצן מקוים װערן״. (ז. 234). און װידער אין אנ׳אנדער ארט: ״אין א יארטויזענט ארום איז באשאפן געװארן א נײע לאגע• דורך א געשיכטליכן מקרה האט זיך געדארפט טרעפן- אז דער מערב׳דיגער טײל פון דער ״אחדות״ איז ארײנגעפאלן אין דעם תחום פון דער מערב־ אײראפעישער קולטור. פונקט אזוי װי די פרסים- די ביזאנ־ טינער און די מאהאמעדאנער- זײנען די ײדן געװארן תושבים פון גרויסע װעלט־שטעט און מהאי טעמא אויך צױויליזירט• די גערמאניש־ראמאנישע װעלט אבער האט געלעבט אין דערפער• קוים קוים װאס עם פלעגן זיך אנהויבן צו זאמלען וועלכע נישט איז ישובים ארום א מארק אדער א מאנאסטיר• דער איד האט נישט געקאנט תופם זײן דעם אינעװײניגסטען לעבן פון דער קריסטליך־מיטעלאלטערליכער װעלט׳ ער האט נישט געקאנט פארשטיין דעם מהות פון א פריצישן שלאס און פון א קריסטליכן קלויסטערז צוריקגערעדט האט דער קריסט נישט געקאנט תופס זײן דעם כמעט הפקרישן שכל (פונ׳ם ײדן)׳ װעלכער איז געװען תקיפער און שטארקער פאר זײנעם׳ און דאס ״דײנקען אין געלט״׳ װאס האט זיך שוין גע־ דער מענשליכער קיבוץ איז געגליכן צו דעם ארגאניזם פון א יחיד. פאלט די דאזיגע סברה- פאלט אויך די גאנצע טעאריע פון אונזער מחבר• און די דאזיגע סברה איז שוין פון לאנג אן אפגעטרײסעלט געװארן פון אלע סאציאלאגן אלס א פאלשע און געצװאונגענע. לאמיר אבער איצט איבער־ גײן צום צװײטן טײל פונ׳ם חבור׳ אװאו דער מחבר רעדט ארום באריכות איטליכן קולטור־טיפ באזונדער און שטעלט זיך אפ אויף דעם ײדענטום• די ײדן׳ זאגט אונזער מחבר״ זײנען א פאלק אהן א לאנד. אבער די ײדן זײנען כלל נישט דאס אײנציגע פאלק פון אזא מין. אויף דערזעלביגער מדרגה האבן זיך געפינען אלע אזוי אנגערופענע סעמיטישע פעלקער בכלל- װארום זײ אלע פאלן ארונטער אונטער דעם טיפ פון דער מאגישער קולטור• אויף דערזעלביגער מדרגה האבן זיך געפינען אויך די פרסים. דאס זײנען אלץ אזוינע פעלקער און קיבוצים׳ װאס נויטיגן זיך כלל ניט אין א בשותפותדיגן לאנד אדער א בשותפותדיגער מלוכה׳ װארום איטליכער פון זײ װערט צונױפגעהאלטן אין אײנעם דורך א מין שװײגענ־ דיגן ״הסכם״׳ דורך א מין שװײגנדיגן ״קאנסענסוס׳/ װי דער מחבר רופט עס אן♦ (דעם דאזיגן ״קאנסענסוס״ װעלן מיר אם בעסטן איבערגעבן דורך דעם אויסדרוק ״אחדות״). מיר װײסן שוין פון פריהער פון װאנען דער דאזיגער ״הסכם״ אדער די דאזיגע ״אחדות״ שטאמט. זי נעמט זיך דערפון װאס - לויט דער אנשויאונג פון דער מאגישער קולטור - שטעקט אין איטליכן אײנעם פון א באשטימטען מענשליכן קיבוץ׳ א חלק פון א העכערן אמת• אבער לאמיר בעסער לאזן רײדן דעם מחבר גופא• אט װי אזוי ער דריקט זיך אוים מכח דעם דאזיגן ענין: ״די ײדן זײנען אנ׳אומה אהן א לאנד׳ אנ׳״אחדות׳/ און טאקע אין א װעלט פון לויטער אומות פון דעם אײגענעם מין• אמת׳ ירושלים איז א מין מעקקא׳ א הײליגער מיטעלפונקט׳ אבער נישט די הײם און אויך נישט דער גײסטיגער מיטלפונקט פונ׳ם פאלק. און סוף כל סוף זײנען די ײדן נאר אויף אזוי לאנג אנ׳אויסטערלישע דערשײנונג אין דער װעלט־געשיכטע׳ כל זמן מען װיל זײ לכתחילה אלס אזוינע באטראכטן. בודאי זײנען די ײדן פון נאך גלות־בבל/ להפך צו דעם ״פאלק ישראל״ פון פאר גלות־בבל׳ אנ׳אומה פון א גאנץ נײען מין װי הוגא װינקלער האט עס צום ערשטן מאל באמערקט. אבער זײ זײנען דאס נישט אלײן. די ארמי׳שע װעלט האט שוין דאן אנגעהויבן פאנאנדערצופאלן אין א גאנצן סכום פון אזוינע פעלקער׳ צװישן װעלכע עס האבן זיך געפינען פרסים און כשדים׳ און װעלכע האבן אלע געלעבט אין דעם אײגענעם תחום׳ און ניט קוקענדיג אויף דערױף אין א שארפער אפ־ געזונדערטקײט אײנער פון דעם אנדערן׳ און אפשר האבן זײ שוין דאן באשאפן דעם רײן אראבישן װאהן־שטײגער פונ׳ם געטא״. (ז• 247). און אין אנ׳אנדער ארט פונ׳ם בוך: ״זײט דער צײט פונ׳ם גלות־בבל האט זיך דאס ײדענטום אהן א שיעור און אהן אנ׳ערך געמערט און פארגרעסערט דורכדעם׳ װאס מענשן פון אנדערע פעלקער און אומות האבן זיך מגיר געװען׳ איבערגײענדיג צו דער ײדישער אמונה• דאס איז די אײנציגע פארם׳ אין װעלכער א נאציע אהן א לאנד איז מסוגל ארײנ־ צוברײנגען אין איר רשות מענשן פון פרעמדע פעלקער און 42