Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 41 (sequence 47)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--175-9581459- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פון די דאזיגע קולטור־טיפן איז א זאך פאר זיף א זעלבסט־ שטענדיגע שאפונג מיט אירע אײגענע כאראקטעריסטישע שטריכן, אירע אײגענע געזעצן״ און אירע אײגענע מעלות און חסרונות. דער מחבר אנטפלעקט אין דער געשיכטע דרײ עיקרדיגע קולטור־טיפן/ װעלכע ער כאראקטעריזירט דורך די דאזיגע דרײ נעמען: דער פויסטישער״ אפאלינישער און מא־ גישער קולטורטיפ• אונטער דעם פויסטישן קולטור־טיפ פאר־ שטײט דער מחבר דעם מערב־אייראפעישן. דאס איז א קולטור״ אין װעלכער דער יחיד װערט באטראכט אלס דער אײנציגער שעפער פון אלע אמת׳ען אידעאלן און װערטך פאר װעלכע די יחידישע מענשליכע נשמה איז דער אײנציגער קװאל פון אלע אידעען און געדאנקך פון אלע אמת׳ך אידעאלן און װערטן. אונטער דעם אפאלינישן קולטור־טיפ פארשטײט דער מחבר די אלט־גריכישע און רוימישע קולטור. אין דער דאזיגער קולטור װערט דער מענשליכער יחיד באטראכט אלס א קערפער צוגלײך מיט אלע אנדערע קערפער פון דער אויםנװײניגסטער נאטור. פאר די דאזיגע קולטור איז דער אונטערשײד צװישן דעם מענשליכן יחיד און װעלכן נישט איז אנדערן קערפער פון דער אויסענװײניגסטער נאטוה אנ־ אונטערשײד אין דער מדרגה אבער ניט אין עצם. אונטער דעם מאגישן קולטור־טיפ פארשטײט דער מחבר די אראבישע קולטוס װעלכע נעמט בא אים ארום אלע אזוי אנגערופענע ״סעמיטישע״ קולטורן און אחוץ דעם אויך די פערסישע קולטור• דאס איז א קולטור־טיפ. אין װעלכן דער אײנציגער יחיד װערט באטראכט נאר אלם א דורכגאנגס־פונקט פאר עפיס א העכערן אמת. װאס לאזט זיך איבער אים אראב פון ערגיץ־ װאו אין דער הויך און באלעבט אים• לויט דער אנשויאונג פון דער דאזיגער קולטור װערט א מענשליכער קיבוץ צונויפ־ געהאלטן נישט דורך א בשותפותדיגע מלוכה אדער א בשותפותדיגע שפראך אדער אויך דורך א בשותפותדיג לאנד. נאר דורך א בשותפותדיגן העכערן אמת. אין װעלכן איטליכער אײנער פון דעם קיבוץ האט א גלײכן חלק• דאם זײנען די עיקר־שטריכן פון שפענגלער׳ם געשיכט־ ליכער קולטור־פילאזאפיע. װעלכע דער מחבר צײכענט אן אין דעם ערשטן טײל פון זײן חבור. באלײטענדיג זײ מיט א שלל פון געשיכטליכע פארגלײכן און גױרה־שויות: הױתװי איטליכער פון די אויבענדערמאנטע קולטור־טיפן גײט אדורך דורך די אײגענע תקופות פון קינדהײט, ױגענט. אלטקײט און אפשטארבן װי דער אנדערער. װײזן זײ אלע ארויס אין א באשטימטער געשיכטליכער רגע די אײגענע סימנים און דער־ שײנונגעך נישט קוקענדיג אויף דערויף װאם זײ זײנען בעיקר ובעצם פארשײדן אײנער פון דעם אנדערן. אזוי למשל לעבט איבער דער פויסטישער. מערב־אײראפעישער קולטור־טיפ אין דער הײנטיגער געשיכטליכער רגע דאס אײגענע װי דער אפאלינישעה גריכיש־רוימישער קולטור־טיפ אין די צײטן פון די לעצטע רוימישע קיסרים - זײ װײזן בײדע ארוים דיזעלבע סימנים פון ראציאנאליזם. פארשפרײטונג. אלטקײט און דעגענעראציע. מיר האבן אויבן דערמאנט. אז עס ליגט נישט אין אונזער כונה צו געבן א קריטיק פון שפענגלער׳ס אנשויאונגען. אבער אײנס װאלטן מיר דאך געװאלט באמערקן: די גאנצע אנשויאונג פון אונזער מחבר האלט זיך אויף דער סברה. אז אריגינעלע׳ װאס דער מחבר גיט אונױ און פארשװײגן די עובדה. אז דער מחבר באנוצט זיך מיט די אויספארשונגען פון זײנע פארגענגער ניט כדי צו פוצן זיך מיט פרעמדע פעדערך נאר כדי אויפצובויען אג׳אײגענעם קולטור־פילא־ זאפישן סיםטעם• הגם עס ליגט ניט אין דער כונה פון אונזער איצטיגן מאמר זיך צו פארנעמען מיט שפענגלערס קולטור־פילאזאפישער שיטה און מיר װילן זיך נאר באגרעניצן מיט א פאר װערטער איבער שפענגלערס געדאנקען מכח דעם ײדענטום. װעלכע װערן פון אים אנטװיקעלט אין דעם צװײטן באנד. האלטן מיר דאך פאר נויטיג איבערצוגעבן אין א פאר שטריכן׳ אזױ צו זאגן ן בקצור נמרץ. די הויפטגעדאנקן פון אונזער מחבר׳ס קולטור־פילאזאפישן סיסטעם. דער דאזיגער םיםטעם איז זיך סומך אויף דרײ יסודות: 1) יעטװעדער מענשליכער קיבוץ אנטװיקעלט זיך פונקט װי דער ארגאניזם פון א יחיה אדורכ־ גײענדיג אלע מדרגות און תקופות פון אנ׳ארגאגישן װאוקס: ער לעבט איבער דעם פעריאד פון קינדהײט. ױגענט. אלטקײט און אבשטארבן• די דאזיגע אנשויאונג שטאמט אין גאנצן פון דעם איטאליענישן געלעהרטן װיקא. װעלכער האט גע־ לעבט אינ׳ם 17 טען יארהוגדערט• 2) שרײבן געשיכטע הײסט גישט פארצײכעגען געטרײ די פארשײדענע פאסירונגען בא די אדער יענע פעלקעה אין דער אדער יענער תקופה און אויםטײטשן זײ לויט דער אדער יענער געשיכטס־פילאזא־ פישער סברה׳ נאר ארײנפילן זיך אין דעם גײסט פון יעט־ װעדער באזונדערער תקופה און מיטלעבן אויף װיפיל עס לאזט זיך איר אינעװײניגסטן לעבך די דאזיגע אנשויאונג בנוגע צו דעם געשיכטליכן מעטאד שטאמט אין גאנצן פון א גרופע פון דײטשישע דענקער - פון ריקערט. דילטעמ װינדעלבאנד און זימעל. 3) דער װאוקם פונ׳ם שכל און די אפשװאכונג פונ׳ם פשוטן געפיל אין װעלכן נישט איז מענש־ ליכן קיבוץ װערט באלײט פון דער נטיה צו פארשפרײטן זיך כלפי חוץ׳ אדער ריכטיגער אויסגעדריקט? די נטיה צו פאר־ שפרײטן זיך כלפי חוץ אין א מענשליכן קיבוץ איז פון תמיד אן א סימן פון דער פארשטארקונג פונ׳ם שכל און דער אפ־ שװאכונג פונ׳ם פשוטן געפיל• די גרויסע קולטור־פעלקער׳ בא װעלכע דער שכל האט געקריגן די שליטה איבר׳ן געפיל. האבן אלעמאל ארויסגעװיזן די דאזיגע נטיה צו פארשפרײטונג. דער דאזיגער געדאנק מכח דער אינעװײניגסטער באציהונג צװישן שכלאון פארשפרײטונג׳ שטאמט אין גאנצןפון בערג־ סאנען. * אלע די דאזיגע געדאנקען באנוצט אונזער מחבר אלס בוי־שטײנער פאר דעם געבײ פון זײן געשיכטס־פילאזאפישער שיטה. דער תוך פון איר איז זעהר פשוט: עס קאן קײן שום רײד נישט זײן מכח א געשיכטע פון א מענשליכער קולטור בכלל. װײל אנ־אלגעמײן־מענשליכע קולטור בכלל איז נישט בנמצא. עס זײנען פאראן באזונדערע טיפן פון קולטוה װעלכע זײנען פארשײדן אײנער פון דעם אנדערן בעצם> און פון װעלכע יעטװעדער אנטװיקעלט זיך לויט די אינעװײניגסטע געזעצן פון זײן טבע׳ אדורכגײענדיג כםדר דורך די תקופות פון קינדהײט. ױגענט׳ אלטקײט און טויט• אזוי למשל װײזט אונז די געשיכטע די טיפן פון גריכישער. אינדישעה כינע־ זישער״ אראבישער און מערב־אײראפעישער קולטור. איטליכער 41