Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 40

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 40 (sequence 46)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
81% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--174-9581458
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

שפענגלער איבער יידענטום♦ ציהונגען/ די שרעקליכע צוריסענקײט צװישן גאנצע פעלקער און אײנציגע יחידים, דער חורבן פון אלע געזעלשאפטליכע אידעאלן און קולטורעלע דערגרײכונגען - דוכט זיך׳ אז דאס אלץ האט געדארפט געבן אנ׳אנצוהערעניש אויף דערויף< אז די מענשהײט בכלל׳ און גאר באזונדער די מערב־אײרא־ פעישע מענשהײט׳ האט ביז אהער געמוזט לעבן אין עפעס א גרויסן טעות בנוגע דעם לעצטן ציל פון איר אנטװיקלונג׳ אז זי האט געמוזט גײן אין פאלשע דרכים׳ אז לכל־הפחות דער גאנצער געדאנק פון קאמף׳ װעלכער האט אנגעהויבן צו געװעלטיגן אין די מוחות פון דער מערב־אײראפעישער װעלט זײט דער צװײטער העלפט פון דעם 19־טען יאר־ הונדערט און האט זיך װאס װײטער אלץ מער צעװאקסן׳ איז א גװאלדאװנער טעות אין חשבון און פירט צו די אומגליק־ ליכסטע סכסוכים און פארפלאנטערונגען. א קורצע צײט נאך דער מלחמה האט זיך עפעס יא אנגעהויבן צו באװײזן א שינוי לטובה אין דעם דײנק־שטײגער פון דעם מערב־אײרא־ פעישן מענשן׳ באזונדער אין די דערשלאגענע מדינות• מען האט עפעס יא אנגעהויבן צו זוכן אנדערע מיטלען פון אנטװיקלונג׳ מען האט זיך אנגעהויבן צו װענדען צו די אלטע פעלקער פונ׳ם טיפן מזרח׳ צו די אינדער און כינעזן׳ װעלכע זײנען נאך לעת עתה פרײ געבליבן פון דער קאמף־שכרות. אבער דער דאזיגער שװאכער פונק איז באלד פארלאשן גע־ װארן. די זוכענישן אין אנדערע ריכטונגען האבן נישט גע־ פונען דעם נויטיגן אפקלאנג. װי נאר אבער עס האט זיך געלאזט הערן דער אלטער פזמון פון קאמף׳ נצחון׳ ראסע און בלוט׳ אזוי האט זיך אויך געפונען דער נויטיגער אפקלאנג אין די נשמות פון דעם מערב־אײראפעישן עולם. משמעות אז די װעלט־מלחמה האט איר ארבעט נאך נישט אין גאנצן פארענדיגט׳ און אז די אידעע פונ׳ם קאמף האט נאך נישט אנטװיקעלט אלע אירע פועל־ױצא׳ס. און פונדעסטװעגן געפינען מיר אז שפענגלערס בוך בכלל און דער צװײטער טײל בפרט׳ איז א װיכטיגע דערשײנונג אין דער װיםענשאפטליכער ליטעראטור פון דער לעצטער צײט - נישט צוליב זײנע אויסגעדראשענע מסקנות פון ראסע׳ קאמף און נצחון׳ װעלכע זײנען קײן אפגעריבענעם פעים ניט װערט׳ און נישט צוליב די עיקר־געדאנקען פון דעם מחבר׳ם שיטה׳ װעלכע זײנען ס׳רוב גענומען געװארן פון פרעמדע קװאלן׳ נאר צוליב די אין כמה פרטים טיפע און ריכטיגע באמערקונגען און סברות׳ װעלכע דער מחבר װעבט ארום די דאזיגע מסקנות און עיקר־געדאנקען. אמת טאקע׳ אז דער מחבר בויט זײן קולטור ־ פילאזאפישע שיטה ם׳רוב אויף פרעמדע רעױנות׳ און אז עס איז א גרויסע עולה פון אים װאם ער רופט נישט די מחברים בײם נאמען (אגב איז ער אין דעם צווייטן טייל זעהר אפגעהיט אין דעם דאזיגן פרט און רופט אן איטליכן מחבר באם נאמען). עס װאלט אבער געװען נישט קײן קלענערע עולה פון אונזער צד׳ װען מיר װאלטן צוליב דעם פארמאכט די אויגן איבער די מעלות פונ׳ם בוך און ניט געװאלט זעהן דאס אײגענע און א מאדנע זאך מיט די מאדערנע דײטשן - זײ קאנען זיך בשום אופן נישט באפרײען פון דעם געדאנק פון דער ראםע; דאס איז בא זײ דער אנהויב און דער סוף פון איטליכער קולטור־פילאזאפיע. מיר אלע געדענקען דעם רעש װאס עס האט אנגעמאכט נאך פאר דער מלחמה דאס בוך פון טשעמ־ בערלען איבער די ״יסודות פון דעם 19־טען יארהונדערט״♦ אין װעלכן עס װערט אנטװיקעלט און װײטערגעבויט דער אלטער געדאנק פון דעם פראנצויזישן קולטורפילאזאף גאבינא מכח דער גרויסער ראלע׳ װעלכע דער ענין פון ראסע שפילט אין דער װעלטגעשיכטע. א קורצע צײט נאך טשעמבערלענם בוך איז ארויס אנאנדער סענסאציע־בוך פון דעם באװאוסטן נאציאנאל־עקאנאם זאמבארט אונטער דעם קעפיל ״די ײדן און דאס װירטשאפטס־לעבן״ און װידער אמאל מכח דער טעמע פון ראסע. דאסמאל האט זיך גערעדט מכח דער ראלע׳ װעלכע די ײדן האבן געשפילט אין דעם עקאנאמישן לעבן פון דער מערב־אײראפעישער װעלט׳ אין פלוג צוליב דעם ראציאנאליסטישן מהות פון זײער רעליגיע אבער בעצם און סוף כל סוף צוליב דער מאכט פון דער ראסען־רײנקײט׳ װעלכע האט ביז אהער געשטעקט אין דעם ײדישן פאלק׳ להפך צו דער ראסען־צונויפמישעניש פון די ארומיגע מערב־ אײראפעישע נאציעס♦ און איצט נאך דער װעלט־מלחמה און נאך דער רעװאלוציע׳ האבן מיר װידער זוכה געװען צו דערלעבן א שפאגעל־נײען םענסאציע־בוך׳ א בוך׳ װאס האט בא זײן ערשטן ארויסגײן אין זײן ערשטן טײל זיך פארמאסטן אויף עפעס גאר גרויסעם און אויסטערלישעס׳ װאם האט צו־ געזאגט צו געבן א דערקלערונג מכח דעם אינעװײניגםטן באטײט פון דער געשיכטע און פאנאנדערצופלאנטערן דעם גאנצן קנויל פון סתירות אין דעם פאליטישן און געזעל־ שאפטליכן לעבן פון די גרויסע קולטור־פעלקער און איז סוף כל סוף שטײן געבליבן אלץ בא דעם אײגענעם געדאנק פון דער ראסע. מיר מײנען דערמיט דעם בוך פון שפענגלער׳ן *דער םוף פון די מערב־לענדער״. אויב דער ערשטער טײל פון דעם דאזיגן בוך האט דערװעקט אסך האפענונגען מכח א הסברה אין דעם ענין פון דער געשיכטליכער אנטװיקלונג׳ װעט דער צװײטער טײל׳ װאס איז דא נישט לאנג ארויס אין דרוק׳ מוזן אבקילן דעם ענטוזיאזם און אבנארן די ארויס־ גערופענע האפענונגען. דער סך־הכל פון דעם צװײטן און לעצטן טײל איז זעהר מאגער און דערצו לגמרי נישט גײ• די ראסע איז דער גרעסטער פאקטאר אין דער װעלטגעשיכטע און דער קאמף צװישן די ראסן צוליב א נצחון פון אײנער איבער די אנדערע איז דער לעצטער מײן פון דער גאנצער געשיכטליכער אנטװיקלונג - סוף כל סוף א צונויפמישעניש פון טשעמבערלען און דארװין• אט דאס זײנען די מסקנות׳ צו װעלכע דאס מערב־אײרא־ פעישע דײנקען איז געקומען נאך די נסױנות פון דער װעלט־ מלחמה• דוכט זיך׳ אז דער תהו ובהו׳ װאס די מלחמה האט געבראכט מיט זיך אין אלע מענשליכע פארהעלטענישן׳ דער מוראדיגר פלאנטער אין אלע עקאנאמישע און פאליטישע בא־ 40

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.