Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 39 (sequence 45)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--173-9581457- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
װי שװער סע ניט געװען דעם גליקליכן בן־מלך דורכ״ פירן אזא אכזרװת׳דיגע טהאט״ נאר דער קיסרשער קאפ מיס דער קרוין האט זיך פאר דער שטאלצער בת־מלכה׳ם פיס געװאלגערט• און די צװײטע טרער האט זיך אפגעריסן פון בן־מלךס הארץ♦ זי האט געבויערט זײן הארץ, געװארגן זײן האלז און װי גאלד געשניטן זײן אויג. און דער בן־מלך װעלכער האט זעהר ליב געהאט זײן פאטער. האט באשטימט אט די טרער אין קײן שום אופן ניט אויסגיסן• נאר די שטאלצע בת־מלכה האט געהײסףאון ער האם געמוזט װי א העלד זי אויסגיסן. - ברײנג מיר דײן מוטערס הארץ א מתנה ן א. דאס האט ער שוין ניט געקאנט! זײן מוטער האט דאך אים אזוי ליב!... נאר די בת־מלכה האט געהאט אויף אים אזא כח. איר װארט האט אויף אים אזויפיל גע- װירקט. אז ער האט איר געבראכט אויך זײן מוטערס הארץ א מתנה• און סע האט זיך די שענסטע טרער אפגעריסן פון גליק־ ליכן בן־מלך׳ס הארץ. זי האט װי א גיהנום זײן ברוסט גע־ ברענט. זײן מח אויף שטיקער צוריסך פארסם׳ט זײן בלוט און ארוים אויך נישט געקאנט. װײל ליבע צו א מוטער איז אוממעגליך צו פארגעםן. זי נעמט מען אין קבר דאך מיטן נאר די שטאלצע בת־מלכה האט געװאלט. ער זאל אט די טרער אויך ארויסלאזן און ער האט מיט אונגעװײנליכע כחות ארויסגעלאזט זי. - איצט. באפוילט די שטאלצע בת־מלכה. זײ מפקיר דײן מלוכד,. פאלש אין דײן פאלק און בײט דײן גלויבן• װער ס׳האט ברודער און שװעסטער, פאטער און מוטער גע׳הרגט האט שוין גרינג געקאנט מפקיר זײן די מלוכד״ פאלשן אין פאלק און בײטן דאס גלויבך און איצט, באפוילט די שטאלצע בת־מלכה״ טויט מיך אלײןן און די טרער פון דײן לעצטער ליבע צו מיר׳ איז זי מוסיף׳ זאלסטו ניט װאגן פארגיסןן דאם איז געװען דער לעצטער נסױן• דער גליקליכער בן־מלך האט אים מיט גרוים גבורה דורכ־ געפירט• ער האט געטוידט די שטאלצע בת־מלכה און די לעצטע טרער היט ער ביז איצט. דער גליקליכער בן־מלך האט שוין לאנג פארגעסן זײנע שװעסטער און ברודער, זײן פאטער, זײן מוטעו־/ מלוכה׳ פאלק און גלויבן/ און געדײנקט זײן בת־מלכה• די לעצטע טרער ברענט שטענדיג זײן הארץ׳ װארגט מיט פײער זײן האלז, שנײדט זײן אויג, נאר ער האלט זי אײן׳ ער האלט זי אײן. און װער סע זעהט דעם בן־מלך זאגט: - אט איז דער גליקליכער בן־מלך. װעלכער היט די לעצטע טרערן דער שר פון ליבע האט א באפויל געגעבן - האבן זיך אויבערשטע און אונטערשטע הימלן צובליצט און א גרינג שרפיל איז אװעק און געבראכט זיבן טרײע טרערן - לויטערע. ווארעמע, אויסגעשעפטע פון טרויער־אוצר און זײ אין גליק־ ליכן בן־מלכ׳ס הארץ ארײנגעגאסן און אזוי געזאגט: - אין דײן הארץ איז איצט דא זיבן טרײע, לויטערע׳ װארעמע טרערן. דאס װעט זײן דײן פארמעג צו די זיבן ליבעס׳ װעלכע נעסטן אין דײן הארצן: ליבע צו ברודער און שװעסטער׳ פאטער און מוטער׳ מלוכד״ פאלק און גלויבן, און צו דײן לעצטער ליבע, די שטארקסטע פון זײ אלע, דײן ליבע צו דער בת־מלכה• יעדע ליבע באזיצט בא דיר איר טרער און װעד״ װעה װעט זײן דער ליבע, װען װעסט אויס־ גיםן איר טרער. װי א חלום װעט זי פארשװינדן און צונישט װערןן... פרײליך איז געקומען דער גליקליכער בן־מלך צו דער שטאלצער בת־מלכה מיט דער בשורה, אז ער האט שוין אין הארצן זיבן הײסע, לויטערע, טרײע טרערן. איצט איז ער שוין װערט איר ליבע. - יא, איצט װעל איך דיר שוין שענקן מײן ליבע, - ענפערט די בת־מלכד״ נאר דאן װען װעסט דערפילן מײנע באגערן. -אלסדינג, - זאגט דער גליקליכער בן־מלך׳ װעל איך דיר טון, װאס װעסט נאר באגערן פון מיר! ברײנג זשע מיר א חלף׳ א פארבלוטיגטץ, װעלכער איז איבערגעגאנגן דײן ברודערס און שװעסטערס האלז! א, שװער איז דעם גליקליכן בן־מלך געװען איבערפירן דעם חלף אויפן ברודערם און שװעסטערם האלז, נאר די ליבע האט געװעלטיגט אויף אים און ז י האט העלדיש דורכ־ געפירט דעם ערשטן נסױן. דאן האט זיך די ערשטע טרער אפגעריסן פונ׳ם גליק־ ליכן בן־מלך׳ס הארץ. אין דער ברוסט האט זי געברענט׳ אין האלז געװארגן און אין אויג געפײערט• ער האט געמוזט זי ארויסלאזן, װײל גרויס און שטארק איז דער װײטאג געװען• גרויס און שטארק איז דער װײטאג געװען׳ נאר ער האט זי מיט אלע כחות געהאלטן, װײל צו שװער איז פארגעסן די ליבע צו ברודער און שװעסטער• - גיס אויס דײן טרער, - באפוילט די שטאלצע בת־מלכד״ און פארגעם דײן ליבע צו שװעסטער און ברודער! ארויםגיסענדיג די טרער׳ האט דער גליקליכער בן־מלך צום ערשטן מאל אין זײן לעבן א קרעכץ געטון. אין אײן מינוט האט א שװארצער טרויער זײן הארץ געדריקט און אין זײן בלוט האט א שפיל געטון דער סם פון לעבן. באלד איז אבער אין הארצן גרינג געװארן און װי א חלום האט ער פארגעסן די ליבע צו ברודער און שװעסטער, די ליבע מיט איר זיםן טרויער. - איצט׳ - באפוילט די שטאלצע בת־מלכד״ - געה ברײנג און לעג פאר מײנע פיס דײן פאטערס קאפ מיט דער קרוין! שראל װאקםער■ 39