Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 38

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 38 (sequence 44)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--172-9581456
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

דאם לעבן• באזיצטסטו ניט קײן טרויער - װעסטו פון לעבן קײן טעם נישט פילך װײסטו ניט פון לײדן - קאנסטו אויך מײן הארץ ניט װיסן• װײל נאר טיפע לײדן געבוירן די טרערן און נאר א טרײע טרער צײלט אפ די ליבע. - און איך האב נישט קײן טרערן״! - זאגט דער בן־ מלך פארלוירן. - גליקליכער בךמלך״ - זאגט די שטאלצע בת־מלכה, - טרערך טרערן מוז מען האבןן - װאס זשע זאל איך טון• - פרעגט דער גליקליכער בן־ מלך אז דו זאלסט מײן כלה זײן? - געה׳ זוך אויס דעם קװאל פון ליבע און שעפ * פון דארטן אויס. װעל איך דאן דײן כלה זײן ן נעבן די גאלדענע טויערן פון ליבע איז דער גליקליכער בן־מלך געשטאנן/ געקלאפט אין זײ און אזוי געזאגט: - עפענט זיך אויף״ איר טויערן פון ליבע> און זאל ארײנ־ קומען אין אײך דער גליקליכער בן־מלך! איך בין אויף דער װעלט א גליקליכער. װעלכער האט פון אלע תענוגים־בעכער שוין געטרונקן און איצט װיל איך נאך פון אײערע אוצרות געניסן. באלד האבן זיך צועפנעט די טויערן פון ליבע און א לויטערער כרוב מיט קריסטאל־װךסענקע פליגעלעך איז צו אים צוגעפלויגען און מיט א פרײנדליכן שמײכל אויף די ליפן געזאגט אים: - געבענשט זאלסטו זײך װאס ביםט צו אונז געקומען - מען װארט שוין דא אויף דיר. מיר האבן געזעהן - דו ביסט אײנער א גליקליכער אין לעבן. דו האםט גבורה- הערשאפט- שײנקײט״ רךכקךט און כבויה און פון אונזערע אוצרות באזיצסטו גאר ניט. טא> קום זשע צו אונז. אונזערע טויערן זײנען אפן פאר גליקליכע װי פאר אומגליקליכע. זײ געבענשט מיט דײן קומען צו אונז. דורך גין־גאלדענע. פורפור־שפיגעלדיגע צימערן איז דער בן־מלך איבערגעגאנגך ביז ער איז אין א װאונדער צויבער־ חדר ארײן. אין א חדר. װאו קײן װענט״ סטעליע און פאד־ לאגע איז ניטא> נאר לויטערע הימלען ציהען זיך פון אויבן און פון אונטן. פון אויבן שךינען זיבן גאלדענע זונען און פון אונטן - זיבן זילבערנע לבנות. און דער בן־מלך געהט. נישט ער געהט נאר שװעבט צום שר פון ליבע• און דער שר פון ליבע פלאקערט אויף א גליהענדער שטול און גרינגע שרפים׳לעך טאנצן ארום איהם• אין זײן רעכטער האנט האלט ער די יוגענה אין דער לינקער א הארפע׳ און צו זײנע פיס קניעט די עלטער און בעט א ביםעלע ... ליבע. אין זיינע אויגן שךנט די אײביגקייט און אויפן שטערן רוהט דער טרויער• - קום אהער. זאגט דער שר פון ליבע צום גליקליכן בן־מלך״ און סנאפעס שטראלן זעצן צום הימעל פון זײן מויל״ זאג דײן באגער״ װעל איך עס דערפילן ו - איך האב ליב, דערצײלט דער גליקליכער בן־מלן/ א שטאלצע בת־מלכה. פאדערט זי פון מיר טרערן און איך פארמאג זײ נישט״ װײל איך בין עס אײנער א גליקליכער״ װעלכער באזיצט ניט קײן טרערן• - װעסטו װעלן״ - זאגט דער בן־מלך״ - װעל איך װי ביז איצט״ לעבן גליקליך״ זיך פרײען און לאכן מיט הימעל און ערד״ טאנצן מיט בערג און טאלן״ שפילן אין פעלדער און װעלדער״ און זינגען דיר ליבע־לידער״ װי כרובים צו גאט. און אויב ניט״ װעל איך גליקליך מײן לעבן דיר שײנקן״ װעל׳ך זיך אפײער־שפיז אין הארצן ארײנשטעקן, טויט נעבן דײנע פיס פאלן און מײן בלוט װעט דיר עדות זאגן אויף מײן ליבען... - ניט קײן.^קךבן׳ נאר א כהן מוז מײן אויסדערװעהלטער זײןן - האט דרויף געענפערט די בת־מלכה די שטאלצע. - װעל איך״ - האט דער גליקליכער בן־מלך אויסגע־ שריגן׳ דיר ברײנגן א בלוטיגן חלף״ װאס איז מײן ברודערס און שװעסטערם האלז דורכגעגאנגן״ פאר אן עדות אויף מײן ליבען - עס געניגט נאך נישט דער קרבן״ זאלסט דורך אים מײן כהן װערן! - ענפערט אפ די בת־מלכה. - װעל איך״ - שרךט װילד אויס דער גליקליכער בך מלף - פאר דײנע פיס מײן פאטערס קאפ מיט דעד קרוין לעגן! - סע קארג! - האט די שטאלצע בת־מלכה געזאגט• - מײן מוטערס הארץ װעל איך דיר א מתנה ברײנגן! - האט דער גליקליכער בן־מלך שוין משוגע אױסגעשריגן• - סע קארגן - זאגט די שטאלצע בת־מלכה• - װעל אין/ - האט דער גליקליכער בן־מלך אן א אטהעם אויסגערופן״ מפקיר זײן מײן גרויסע מלוכד״ פאלשן אין מײן געטרײען פאלק און בײטן מײן הײליגן גלויבן! - סע קארג! - װעל איך דיך אלײן טוידטן! - האט ער טיראניש אויסגעשריגן. גענוג״ האט די בת־מלכה ענדליך געענפערט. דיך זאלב איך פאר א כהן־גדול צו מירן דורך מײן אײגענע בלוט געהײליגט דערויף. נאר האט זי געפרײגט״ זאג: - דו האסט טרערן טרךע אויף אפצאלן מײן ליבע? פארמאגט דײן הארץ דעם גרויסן טרויער אויף אויסקויפן מײן טויט? דען װעמען איך קלויב אויס - ער זאל דעם ל?ני ולפנים פון מײן טעמפעל באזוכן״ װעמען איך ערלויב אײנמאל נאר מײן קדשי־קדשים אריבערצוטרעטן״ מוז ער שוין דאס גאנצע לעבן מײן הײליג־ טום טראגן אין זיך און מײן פײער מוז ניט אויסגעלאשן אײביג ברענען אים אין הארצן. - נײן״ האט דער גליקליכער בן־מלך געענפערט״ טרערן װײס איך ניט װאס הײסט און טרויער װײס איך ניט װאו איז. איך האב קײנמאל פון לךדן געװאוסט און קײן טרויער נישט באגרךפט. קײן מאל האט מײן אויער קײן קרעכץ ניט פאר־ נומען״ קײן מאל מײן אויג קײן טרער געזעהן• װען אין דרויסן האט דער װינט געװײנט׳ האט מען מיר אין מײנע צימערן פרײליכע לידער געזונגן, װען די הימלן האבן מיט שװארצע כמארעס באדעקט זיך און די פינסטערניש געהערשט אויף דער װעלט, האט מען פאר מיר טיר און לאדענס פאר־ מאכט און מיט צויבער־ליכט מײן הויז באשךנט. איך װײס ניט װאו איז ער״ דער טרויער? - טרויער, - זאגט די בת־מלכה, איז בא ליבע, און טרײהײט װערט דורך לײדן דערקענט• זײ נאר באטעם׳ן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.