Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 37

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 37 (sequence 43)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
70% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--171-9581455
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ער האט ענדליך די בת־מלכה געװארפן און אנטלאפן פון איר• אנטלאפן און זיך אנגעשלאגן אין דער קאמינע• װאו ער האט די לינקע האנד פארברענט. פון דאמאלס אן איז דער קנעכט בא דער בת־מלפה בלינד/ שטום און אהן הענט• זי האט אפגעשיקט איר חתן די תנאים און אלע פרימארגן פוצט זי דעם קנעכט די שטױול... נאר אפגעװארפן האט זיך פון איר דער קנעכט מיט זײן רעכטער האנה װעלכע ער האט באלד מיט דער לינקער אפ־ געהאקט• װי א פארװאונדעטע װילדע חיה איז די בת־מלכה אויפן קנעכט ארויף און אים מיט אלע כחות צום בעט געשלעפט. לאנג האט דער קנעכט זיך געראנגעלט מיט דער בת־ מלכה מיט דער הילף פון דער לינקער האנט. מיט װעלכער ישראל װאקסער• די לעצטע טרער♦ א מ ע ש ה• און נאטורװינקעלעך װעל איך ברײנגן דיך און אונטער א הימעל דעם שענסטך פון גאלד־זילבערנע חלומות אן אויס־ געװעבטך װעל איך פון רויזן און בלומען א פיראמידע דיר אויפשטעלן. דו װעסט פון הויך־הויכסטן שפיץ. פון צװישן די װאלקענס די לויטערסטע. װי א געטליכער חלום ארױםשײנען מיה און דעם קאפ דײנעם קושענדיג• װעט א גאלדענע זון מיט זילבערנע שטראלן איבער אים זיך צושיטן. - נישט דערמיט װעסטו ליבע אויסװײזן \ - האט געזאגט די בת־מלכה• - נו. װעל׳ך דיר די גאונישסטע זינגער און שפילער• מיט די װעלט בארימטע טענצערינס אראפברײנגך דורך די צארטםטע טרעלן פון די אײדעלסטע. זיסטע העלזער ארוים־ געצויגענע און דין־דינסטע אקארדן פון עלטסטע און נײםטע װאונדער־פידעלעך ארויסבאקומענע. װעלן פאר דיר אונ־ שטערבליכע הימנעס װערן געשאפן און די צויבערדיגסטע פײגעלעך װעלן דיר עדן־לעגענדן דערצײלן... - נישט דערמיט. זאגט די בת־מלכה. װעסטו מיר ליבע דערװײזן! - װעל איך דיך שטענדיג פאנקױון/ גלעטן/ קישן־ליבן און אױפ׳ן הארצן דיך טראגן. מיט א תפלה אויף רײנע ליפן אינאײנעם מיט׳ן מארגענשטערן װעל איך צו דײנע פיס שוין קניעך מיט זיבן זילבערנע ריגעל װעל איך אנ־ הויב נאכט די טיר פון דײן שלאף־צימער פארשליסן/ װאכן מיט א גאלדענער שפיז בא דײן בעט• היטן דײן רוה און צײלן דײן אטעם... - נישט דערמיט װעסטו דײן ליבע אויסװײזן! - זאגט אלץ די בת־מלכה• ...טאג װי נאכט װעל איך פון דײנע לויטערע אויגן־ אפעל לעבענס־זאפט זויגך זיך פורפורן געדאנקן פון דײנע רויזךבאקך דין אויסקריצן מײן גורל אויף דײן מארמאר־ שטערן און די זויבערסטע לוםטן צװישן די ברוסט דיינע אויסגיסן... - נײן/ נישט דערמיט דערװײזטו דײן ליבע! ס׳ א מעשה פון א גליקליכן בן־מלך װעלכער האט געליבט א שטאלצע בת־מלכה. - אויב דו װעסט מיך ביזן טויט ליבך - זאגט די בת־ מלכה. - בין איך גרײט דײן כלה זײן. שװערט דער בן־מלך בא גאט - זי צו ליבן ביזן טויט♦ דאן האט די בת־מלכה געפרעגט - מיט װעלכן װעט ער איר אויסװײזן זײן ליבע• - דו װעסט בא מיר פארן/ - האט דער בן־מלך געזאגט און זײן געזיכט האט פון גליק אים געשטראלט• - אין גיל־ דענע קארעטעם, אויף גין־גאלדענע רעדער? צו זײ װעלן ברענענדיגע פערד זײן געשפאנט• מיט דימאנטן און ברילאנטן בעהאנגן. איך װעל דיך ברײנגן אין קריסטאלענע פאלאצן מיט מירמערשטײנערנע צימערף װעל אויף העלפאנט־שטילן באזעצן דץ/ אונטער די פיס דיר פורפור־סטעזשקעס שפרײטך אין די שאצבארסטע קרעלן און פערל דיך צירן און אין זײד און אין פלוש נאר דיך קלײדן• פון די װאונדערליכסטע פויגעל אין דער װעלט די פעדערן די שענסטע באקומעף פון זײ דיר אקרוין אויסצושפינען מיט סאפירן און שמא־ ראגדן באזעצט• מיט די שמעקענדסטע בוימלן װעל איך לאזן דײן לײב שמירן. די בעסטע װײנען װעלן זײן דײן געטראנק און אין מילך און האניג װעסטו זיך באדן. - נײן״ נישט דערמיט װעםטו ליבע מיר אױסווךזך - האט שטאלץ געענפערט די בת־מלכה. און אין טויזענדער גליק־פײערן האבן דעם בן־מלך׳ס אויגן צוברענט זיך און ער האט װײטער זײן װארט געצויגן: ... איך װעל צו מלכים און קיסרים דיך ברײנגן/ אויף באלן די גרעסטע אין צויבער און פראכט. איבער גילדענע בערג און זילבערנע טײכן װעלן/ וױ אדלעו/ מיר יארנלאנג שװעבן. אין די װײטסטע מדינות װעלן מיר אנקומען און די פערװארפענסטע מדבר און ים־אינזלן אויסזוכן. איבער־ שרײען װעט דאס גליק דךנס פון די ים־כװאליעס דאס גערויש. פון די סטעפן - דעם שטורם־ליארם. און נאר די םודות־פולע שטילשװײגענישן פון די רו־רוהיגע האריזאנטן װעסטו דײן לעבענס־םוד פארטרויען. אין די רײכםטע װעלט

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.