Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 36 (sequence 42)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--170-9581454- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דער קנעכט שװײגט. - ס׳ארט אים נישט, פרעגט אים שעלמיש־כיטרע די בת־ מלכה- זײנע בלומען זאלן זיך װאלגערן אונטער איר חתנ׳ס פיס? - די בלומען װעלן דאך שוץ ניט זײנע נאר אירע זײן- ענפערט שטאלץ דער קנעכט- איז אים אלץ אײנס. די בת־מלכה האט זיך געפילט שטארק באלײדיגט און אים ארויסגעטריבן• און ס׳קומט די נאכט צום זעקסטן טאג - א שװערע װאגעל״ שלאפלאזע נאכט- די בת־מלכה מוטשעט זיך- נודעט און װארט אומגעדולדיג ביז דער קנעכט זאל ארײנקומען- זי איז שטארק נערװעז און באשטימט אײנמאל איבער אלע מאל ארויסציהען די פארבארגענע ליבע פונ׳ם שטאלצן קנעכטס הארץ. די פחות געהן איר אויס װארטנדיג- טוט זי װילד׳ נאך פארן מארגענשטערן- א קלאפ אין גלעקעל און דער קנעכט לויפט דערשראקן ארײן. די שיכעלאך האט ער נאך ניט אפגעפוצט- נאר די בלומעץ האט ער איר שוין געבראכט. און די בת־מלכה קוקט אויף אים מיט רײצנדע אױגן- פארשנירט זץדענע ליפעלאך און פרעגט: - זײנען עס די בלומען פון זײן ליבעי... - נײןז - ענפערט זיכער דער קנעכט• - װאו זשע זײנען זײ״ יענע בלומעןן אנשטאט איר צו ענפערן דארויף האט דער קנעכט פאר דער בת־מלכה אין די אויגן זיך אויסגעריסן די צונג• דער בת־מלכה האט פארדראסן ביז טויט• דעם קנעכט האט זי פארטריבן און זיך קײן ארט ניט געפונען? געשפרונגן אונטער זיך װי א פארגיפטעטע- א צובלסענע און שיער פונ׳ם זיגען ניט אראפ. דעם חתן אירן האט זי געגעבן צו װיםן- אז פון הײנט אן זאל ער נישט װאגן קומען צו איר ביז זי װעט אים נישט רופן• דערװײל פארבאט זי אים קומען הײנט־אװגט. און די נאכט צום זיבעטן טאג האט זי שוין די געדאנקן ניט געהאט״ א ים פון תאוה האט געזאטן אין איר הארץ און דער מח װי א קעסל געקאכט. די קישן האבן אונטער איר געברענט און די אויגן פײער געשפריצט. די פויסטן האט זי װי אײזן פארגרײפט און די צײן פארקריצט• - זי מוז אים בײקומען״ זי װעט אים בײקומען- האט זי געשריגן- און אויב נישט װעט זי זיך דאס לעבן נעמעןו און מיט א װילד קלעגעניש האט זי ארום האלבער נאכט איבערגעשראקן דעם קנעכט און ער אלז ארײן צו איר אלן שלאפצימער אהן די שיכלאך און אהן בלומען• ווי א שד׳יכע איז די בת־מלכה ווילד פון בעט ארויס- אראפגעריסן פון זיך דאם שלאף־העמה נאקעט זיך נעבן דער הײצענדער קאמינע אװעקגעשטעלט און הפקריש אוים־ געשריגן: - קוק און גלוםט מיךז דער קנעכט האט זיך באלד די אויגן אויסגעשטאכן. דאן האט זיך די בת־מלכה װי א שלאנג אויפן קנעכטס גוף גע־ רינגעלט און װילד אויסגעשריגן: - דריק מיך צח - װײסט ניט דער חתן װי צו ליבן. . . קלאגט זיך די בת־מלכה אין אזא טאן- אז סע װערט אויף איר א רחמנות• קוקט דער קנעכט רחמנות׳דיג אויף דער בת־מלכה און װאגט קײן װארט נישט צו זאגן. שטעהט דער בת־מלכה נישט אן- אז ס׳זאל א קנעכט זי מיטלללדן- טרײבט זי אים ארויס• קומט דער צװײטער פרימארגן און דער קנעכט ברענגט װידער די געפוצטע שיכעלאך• קוקט שוין אויף אים די בת־מלכה מיט גוטע אויגעלאך און זאגט אים זיס- שטיל: - זי װײסט שױן דעם קנעכטס סויד: ער האט זי ליב ... - די ליבע׳ ענפערט ער אפ שטאלץ- האט גאט אפילו פון קיץ קנעכט פארבאטן . . . - עס ארט זי נישט- זאגט די בת־מלכה- דער קנעכט זאל זי ליבן- עס שאפט איר גאר נאך פארגעניגן. - נישט צוליב איר פארגעניגן- ענפערט שטיל דער קנעכט- ליבט ער זי. װערט די בת־מלכה ברוגז און פארטרײבט דעם קנעכט. קומט דער דריטער טאג און די בת־מלכה קוקט שוין רחמנות׳דיג אויפ׳ן שיכפוצער- פארשנירט די זײדענע ליפעלאך און זאגט: - זי װײסט אפילו- דער קנעכט קושט אלע טאג אירע שיכעלאך- װײנט און איז מתפלל צו זײ• - ער פארפלעקט זײ נישט׳ - פערענפערט זיך דער קנעכט• - ער מעג זײ פארפלעקן- ערלויבט די בת־מלכה- אבי ער זאל װײטער זײ פארהײליגן׳ װײנען און מתפלל זײן צו זײ. - ער איז ניט קײן געצענדינער \ - ענפערט דער קנעכט און לאזט אראפ די אויגן♦ - פארװאס זשע האט ער ביז אהער צו זײ מתפלל געװעןו - ער װײסט נישט• די בת־מלכה פילט זיך באלײדיגט און טרײבט אים ארויס• און צום פירטן טאג קוקט שוין די בת־מלכה אויפ׳ן קנעכט מיט צוזאגענדיגע אויגן: - זי װײסט- זאגט זי- אז דער קנעכט װאלט אלע טאג געװאלט איר צוטראגן פרישע בלומען. און דער קנעכט ענפערט ווײטער שטאלץ: - דעם װילן האט גאט אפילו פון קײן קנעכט פארבאטן. - עס ארט זי נישט- זאגט די בת־מלכה׳ ער זאל אלע פרימארגן צוטראגן פרישע בלומען- זי װעט נאך אפילו איר חתן זײ װץזן און זיך בארימען מיט זײ• - ס׳אים אלץ אײנס... שטאמעלט דער קנעכט♦ פאר־ דריסט עס דער בת־מלכה און זי טרײבט אים ארויס• אויפ׳ן פינפטן טאג איז די בת־מלכה געװען צושרויפט און נערװעז• און װען דער קנעכט האט איר געבראכט די שי־ כעלאךאון נישט געבראכט קײן בלומען האט זי זיךצושריגן: ער זאל איר באלד בלומען ברײנגעןן - ער איז איר קנעכט- האט ער קניענדיג געענפערט- ערפילט ער באלד איר באפעהל... - זי װעט אבער זײנע בלומען- האט די בת־מלכה גע־ רײצט אים- װארפן אונטער איר חתנ׳ס פיס...