Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 35

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 35 (sequence 41)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
70% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--169-9581453
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

גרויסן׳ אמת׳ען׳ ניט געפעלשטן טאלענט• אין אײניגע שטעלן בלישטשן פונקן פון געניאליטעט• מ׳קאן׳ פארשטײט זיך׳ געפינען אויך פעהלערן׳ פארהאן ערטער געכובנעטע, אמאל גיט א ברי אין אויער עפיס א פאלשע קאמבינאציע - אבער קײן אײנציגער שטריך פון באנאליטעט און שאבלאן• אין זײן סטיל איז פארהאנען עפיס א נײע מזיגה׳ װעלכע איז מיר ניט בא־ װאוסט אין אונזער נײער ליטעראטור׳ - א שארפע׳ א מאדנע׳ פאר װעלכער איך געפין ניט קײן באצײכנונג• דאס איז א װאונדערליכע קאמבינאציע פון א ווייטער׳ ״פרעמדער״ משונה׳דיגקייט׳ א פיינע און צארטע משונה׳דיגקייט׳ אראפגעבראכט פון א רײנער׳ געלייטערטער הויך׳ און פון א געזונטער׳ שײנער פשטות׳ װאס איז אונז אזוי נאהנט׳ די פשטות פון דער ״הײב׳/ פון די פאלקס־אוצרות• א מין שװערמערישע קלוגשאפט און רײנע׳ צנועות׳דיגע אויסגעלאסענקײט איז אין אים דא׳ עפים א מין העכערער פארשטאנד׳ א קאלטער און פלאמענדער אין דער זעלבער צײט• אוז פלוצים גיט א שיין אויף א זאץ׳ אזוי װי א בליץ - און ער באלויכט ביז צום טיפסטן פונ׳ם אפגרונד• פונ׳ם גאנצן פעקעל האב איך אויסגעקלויבן - מיט רשות פון די ױרשים - צװײ קלײנע זאכן׳ װעלכע איך שיק אײך דא (אין זיבן טעג ארום״ און ״די לעצטע טרער״)♦ דאס זײנען נאך ניט די סאמע בעסטע זאכן׳ נאר גראד פאר זײ האט זיך גע־ פינען א זעלטן געצײכענטער איבערזעצר אין העברעאיש• לאמיר האפן׳ א עס װעט געלונגן די ױרשים אינגיכן ארויסצוגעבן די גאנצע זאמלונג פון װאקםערס כתבים אין בײדע שפראכן׳ ײדיש און העברעאיש׳ דעמאלט ערשט װעט אונזער עולם אײנזעהן װי גרויס ס׳איז דער פארלוסט װאם מיר האבן פארלוירן דורכן טויט פון ישראל װאקסער׳ װעלכער האט קוים ערשט אנ־ געהויבן זײן אמת׳ן לעבן - דאס לעבן פון א שאפענדן קינסטלער צװישן זײן פאלק• זאל די נשמה זײנע רוהען אין אײביגן לעבו• ח־ נ• ביאליק• הןןמבורג׳ ט׳י׳ו טבת׳ ה׳תר״פג• אין זיבן טעג ארום♦ א מ ע ש ה ׳ ל ע. איר שעהנקײט - װעל איך זײ אױםשטעכן•, װעט מײן רעכטע האנט אנרירן די בת־מלכה - װעל איך מיט דער לינקער זי אפהאקן׳ און אויב די לינקע װעט זי אנרירן - װעל איך זי אין פײער פארברענען!״ און ס׳װײסט ניט דער קנעכט׳ אז פון יענער זײט טיר שטעהט די בת־מלכה נאקעט און בלאס װי דער מארגענ־ שטערן און ציטערט אױסהערענדיג װארט בא װארט זײן שבועה• קומט דער טאג און די בת־מלכה װאכט שוין. זײדענע מארגן־װינטעלאך האבן זי הײנט פריער פון שטענדיג אויפ־ געװעקט׳ אויפגעװעקט דורך זיםע־זיסע קלאנגן׳ ארויסגעצוי־ גענע פון דין־דינסטע ארפךסטרונעס. זיצט זי מארגענדיג־ גרינג און פרײליך און װארט אויפן קנעכט• און װי ער ברענגט צו איר ארײן די אפגעפוצטע שיכעלאך׳ קוקט אויף אים די בת־מלכה מיט שמײכעלדיגע אויגן, מאכט א חנ׳דל׳ פארשנירט זײדענע ליפעלאך און זאגט: - װײסט ער כאטש׳ דער קגעכט׳ אז ער איז א שײן ײנגעל... דער קנעכט ביקט זיך ביז דער ערד און ענפערט שעמעװדיג: - איר קגעכט װײסט: די בת־מלכה האט אחתן א שךנעם. בא אבת־מלכה איז געװען א שײנער קנעכט׳ װאס פלעגט אלע פרימארגן איר פוצן די קלײנינקע שיכעלאך• זי האט נאך אים געקלערט׳ װיסענדיג אז ער האט זי ליב• נאר שטאלץ איז דער קנעכט מיט זײן ליבע געװען און׳ װי א טײערן אוצר׳ זי טיף אין דער נשמה אויםבאהאלטן• אײנמאל אין א פרילינגס־מארגן׳ װען דער מזרח האט זיך פאררויטעלט און אנגעהויבן פורפורן די אויפװאכענדע הימלען׳ װען שען איז גאטס װעלט געװען׳ פריש און גרין׳ און די טוי־לופט׳ די באזאפטע מיט זיסע ריחות פון גארטן־בלומען גרינגעװעקס פון פעלד האט פארשכורט דעם מח פון שיך־ פוצער׳ האט ער אין שװארצן שיך־גלאנץ דערזעהן דאס אפבילד פון זײן געליבטער׳ זײן זײד־געװעבטע פאנטאזיע דערזעהן׳ און זיךאנגעהויבן חוישד׳ן: ער װעט ניט אויסשטעהן דעם נסױן׳ ער װעט מוזן אויסגעבן דער בת־מלכה זײן הײליגן סוד. אזוי האט ער׳ ציטערדיג׳ די שיכעלאך אויף א טײערן קארט׳ װי א הײליגע זאך אװעקגעשטעלט׳ אויפגעהויבן די הענט צו גאט און געשװאוירן: ״װעט מײן צונג װעלן אויסגיבן דער בת־מלכה מײנע געפילן - װעל איך זי אויםרײסן; װעלן מײנע אויגן גלוסטן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.