Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 34

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 34 (sequence 40)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--168-9581452
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

געטראגן ידיעות װעגן מארד און פארניכטונג. ״װײסע״ און ״געלע״ (אוקראינישע) באנדעס, רויבער און רוצחים פון אלע מינים- האבן זיך צעלאזט איבער אלע ײדישע ישובים אין דרום פונ׳ם לאנד צו שעכטן און פארטיליגן. די נעכט אין אדעם זײנען געװען פינסטער אין שטוב וױ אין דרױסן/ אהן א ליכט. אהן א לאמטערן. יעדער גאס־װינקעל - א טויט געפאהרי יעדע באגעגענדיגע געשטאלט - א שרעקבילד. קומט אײנער אהײם צו נאכט־צו מיטץ מאנטל - דארף ער גומל בענשען• און אט קומענדיג אהײם אין אײנעם פון יענע אװנדען - דאס איז געװעך דאכט זיף תחלת אסיען־צײט - מיד> צעבראכן און דערשלאגך קוים די נשמה האלט זיך אין מיה שלאג איך מיך פלוצים אן אין פינסטערן "קארידאר אויף צװײ פרעמדע שאטענס. װעלכע שטײען פאר דער טיר פון מײן װאוינונג. װער איז דא? קײן ענפער• ס׳הערט זיך נאר א כליפעף א אונטערגעהאקטעס. א שטילעס. א פארשטיקטעס. איך האב ארײנגעפירט די שאטענס אין שטוב ארײן. באם שװאכן שװינדעלנדן ליכט פון דעם קנײטל אין בוימעל־ קאניץ. װאס כ׳האב קוים אנגעצונדן - דאס איז דעמאלט ניט קײן גרינגע מלאכה געװען - האט זיך פאר מיר באװיזן א טויטעס סקעלעט־געזיכט פון א אויסגעדארטן שװינדזיכטיגן ײנגל (װאו האב איך דאס געזיכט שוין געזעהן?) און א מײדל גע־ קלײדעט אין שװארץ. בײדע כליפען זײ שטיל. בײדע ציטערן זײ מיט אלע איברים. װאס האבן זײ צו טון דא אין אזא געפעהרליכער שעה? װער זײנען זײ? מיט האלבע פראזעס. איבערגעהאקט פון פארשטיקטן כליפען, האט מיר דער ײנגלינג קוים דערקלערט. אז דאס איז ער. דער אמאליגער הערער פון מײנע לעקציעס(אין עטליכע חדשים האט ער זיך אזוי פארענדערט, אז איך האב אים ניט דערקענטן) און ער האט עם מיר דאן געבראכט יענעם בחור מיט די כתבים. דאם מײדל איז זײן שװעסטער, און געקומען זײנען זײ איצט אפנעמען בא מיר די פארבליבענע כתבים פון זײער ברודער... ער האט קוים פארענדיקט און פונ׳ם פינסטערן װינקעל אנטקעגן האבן פלוצים װי אויפגעבליצט פאר מיר צװײ גרויסע ברענענדיגע אויגן און א גרויל איז מיר איבערגעגאנגן איבער׳ן גאנצן לײב. ווי! - האב איך אויסגעשריגן - זײט איר דאס דער ברודער פון דעם בחור מיט די כתבים? פאר װאם האט איר עס מיר ניט געזאגט? און װאו איז ער אצינד? װאו איז ער? װאו? די דאזיגע פראגן האבן זיך מיר געריסן פונ׳ם מויל אהן חשבון, אהן באטראכטן. דאס הארץ האט מיר שוין געזאגט װאו ער איז. אבער אט דאם הארץ טאקע האט מיר דיקטירט די כאפענדיגע פראגעס, כדי צו דערװײטערן דעם סוף, כדי צו פארדעמפען זײן שלעכטע נבואה. און דאס׳ װאס איז מיר כמעט קלאר געװען פון טעמפען געפיהל׳ איז באלד נאך קלארער געװארן פון די רײד פונ׳מ ברודער און שװעסטער• זײער ברודער פון די כתבים איז דעמאלט צו מיר מעהר ניט געקומן מחמת שעמעװדיגקײט• ער איז זעהר פײנפיליג געװען און זיך געהיט עמיצן צו פיל מטריח צו זײן• א שעמעװדיגער און א שװײגער איז ער געװען׳ כמעט א שטומער אין פרעמדער געזעלשאפט׳ כאטש א גלענצענדער רעדנער אין דער עפענטליכקײט• אזױ איז ער אויך געװען שטאלץ און זעלבסטבאװאוסט אין זיך און ענױותדיג׳ אונטערטעניג פון דרויסן׳ לײכט צו מענשען און נאכגיביג צו חברים׳ בכלל א מענש פון געגנזעצליכקײטן• דער פאטער זײנער - א פרומער רב אין א קלײן שטעטיל פון קיעװער גובערניע׳ די מוטער - א עדלע פרױ׳ אביסל פרײדענקעריש און געבילדעט• קינדװײז האבן אים די עלטערן געהאלטן פאר אומפעהיג און געװאלט אים אפגעבן צו׳ן א בעל מלאכה• ער אבער ד״אט געדורשט נאך בילדונג און ער איז אנטלאפן פון דער הײם׳ נאך גאר א ױנגינקער׳ זיך געװאלגערט אין דערפער און שטעטליך און געװײקמ אין ביכער• מיט זײן גרויסער התמדה.האט ער זיך ערװארבן אביסל קענטניש און באקומן א שם פון א אויסגעצײכנטן בחור• צוליב פרנסה האט ער׳ װי געװעהנליך׳ זיך פארנומן מיט לעהרערײ• אין דער ערשטער צײט װען ס׳האט זיך אין אים דערװעקט דער שרײבערשער טאלענט׳ האט ער געשריבן העברעאיש׳ אבער ס׳איז אים ניט געלונגן עפיס אפצודרוקן אין דער שפראך• דאן האט ער זיך גענומן צו יידיש - און ס׳האט אים געגליקט• ער האט געשטרעבט צו גרויסן און געגלײבט אין זײנע כחות• די ליטעראטור איז בײ אים געװען דאס גאנצע חױת׳ די שאפונג - זײן אטעם• זײן שטורמישן גײסט האט ער אויםגעגאסן ניט נאר אין ליטערארישע ארבײטן׳ נאר אויך אין זײנע װאונדערפולע בריף׳ װאס ער ד״אט געשריבן צו די עלטערן און צו אלע זײנע ליבע• ער האט די גאנצע צײט ניט אויפגעגעבן די ד״אפנונג אויסצוגיסן זײן גײסט אין דער ד״עברעאישער שפראך* נאר מחמת זײנע גרויסע פאדערונגן צו זיך אלײן׳ האט ער עס אלץ אפגעלעגט פון טאג צו טאג׳ ביז ער װעט אויף אזוי פיל קונד״־שלמות זײן אין דער שכראך׳ אז זי זאל זײן בא אים אין די ד״ענט ״כחומר ביד ד״ױצר״• צוליב דעם איז ער אװעק פון באקו׳ װאו ער איז אנגעקומען אלס ד״עברעאישער לעד״רער׳ און זיך געלאזט קיין אדעס׳ די שטאט פון ד״עברעאישע שרייבער אין יענער צייט׳ און דאן ד״אט מען אים געבראכט צו מיר• נאר אײדער עפיס װאס־װען׳ האבן אימ דערװײל די פרנסד״־פארד״עלטענישן פארטראגן אין א קלײן שטעטיל׳• קײן קרױועאזער (כערסאנער גובערניע) אלס א לעהרער פאר העברעאיש אין דארטיגער גימנאזיע• דארט איז געװען אויך זײן שװעסטער אלס ד״עברעאישע ״גננת״ (לעד״רערין אין א קינדערגארטן)• און דעם 24 טן אײר 1919׳ װען אויף קרױועאזער איז אנגעפאלן א באנדע קאזאקן און געמאכט א שחיטה אויף דער יידישער באפעלקערונג׳ איז אויך דער שרייבער־אנפאנגער׳ ישראל וואקסער׳ א קרבן געפאלן• קײנער׳ פארשטײט זיך׳ האט ניט געװאוסט װאס פאר א פארלוסט מ׳ד״אט דא געליטן׳ קײנער ד״אט אים ניט געפיהלט♦ א ״אנפאנגער״׳ וואס ד״אט נאך כמעט ניט אנגעפאנגען - װער זאל זיך עס אויף אים אומקוקן? צוליב דעם װערט אב*ר דער פארלוסט ניט קלענער♦ אין דער ליטערארישער ירושה פונ׳ם דערמארדעטען האב איך געפונען אסך פערל׳ דערצעד״לונגן׳ לעגענדעס׳ מעשד״ליך און משלים פאר גרויסע און פאר קינדער׳ אויך דראמעס׳ - און אױף אלעם ליגט דער שטעמפעל פונ׳ם 34

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.