Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 33

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 33 (sequence 39)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--167-9581451
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

הקדוש ישראל װאקסער ז״ל♦ א בריף פון ח♦ נ. ביאליק• י צװײ זאכן פון דעם טראגיש אומגעקומענעם ױנגען שריפטשטעלער. ישראל װאקסער ז״ל״ זײנען צוגעשיקט געװארן פון ח. נ• ביאליקץ צו דער רעדאקציע פון ״רמון״ מיט א בריף- װעלכער אנטהאלט א שטיקל געשיכטע פונ׳ם טרויריגן לעבן און נאך טרויריגערן סוף פון א ױנגער אויפ־ שטרעבענדער קראפט׳ װעלכע װאלט געקאנט װערן א צירונג אין אונזער ליטעראטור׳ װעלכע איז אבער אונטערגעשניטן געװארן פאר דער צײט. װאקסער איז געפאלן א קרבן אין די אוקראינער פאגראמען. צװישן די טויזנטער קדושים. װאס זײנען אין יענער צײט געפאלן און צעטרעטן גע־ װארן אונטער די פיס פון די בלוטדורשטיגע חױת רעות אין מענשליכער געשטאלט. איז אויך אומגעקומן אט דאם ױנגע. פיל־צוזאגענדיגע לעבן פון דעם אנפאנגענדען דיכטער. הקדוש ישראל װאקסער זכרונו לברכה׳ און מיט א באזונדערן געפיל פון װײטאג און צער שטעלן מיר דא דעם ערשטן צױן פאר זײן ליכטיגן אנדענקען. מיר געבן דא אן אויסצוג פון ביאליק׳ס בריף צו דער רעדאקציע פון ״רמון׳/ איבערזעצט פון דעם העברעאישן. ״געעהרטע רעדאקציע׳ איך נעם אויף מיר איצט א שליחות. אײך איבערצוגעבן פאר׳ן ״רמון״ צװײ זאכן פון א אנפאנ־ גענדן שרײבער מיטן נאמען ישראל װאקסער. דאס איז בא מיר זעהר א טײערע פארבליבענע זאך. װאס דערמאנט מיך דעם גרויסן טרויער פון די נאר־װאס איבערגעלעבטע אומגליקליכע צײטך און איך בעט אײך ניט אבזאגן־זיך פון אפדרוקן זײ אין אײער צײטשריפט• דער דאזיגער ױנגערמאן׳ װאס איר האט אודאי אפילו זײן נאמען קײנמאל ניט געהערט׳ איז געװען בא־ שטימט צו גרויסקײט. אין אלץ װאס איז ארויס פון זײן פעדער׳ דערקענט מען באלד די םמנים פון א אדלער♦ די לופט זײנע - איז די לופט פון די ״עולמות עלױנים׳/ דארט װאו די ״רײנע מירמעלשטײנער״ זײנען׳ און דער פליה זײנער - איז מעכטיג און פרײ. װען דער דאזיגער שרײבער װאלט אונז געבליבן׳ - װער װײסט. װאסער א גוטם ער װאלט אונז געװען געבראכט פאר אונזער ליטעראטור. צום אומגליק איז ער אונז פארכאפט געװארן פאר דער צײט. די געשיכטע פון דעם ױנגענמאן איז קורץ און שרעקליך. ס׳איז כדאי זי דא צו פארצײכענען. א יאר פיר צוריק (אנהויב פרילינג 1919׳ דאכט זיך)׳ איך בין נאך געװען דעמאלט אין אדעס׳ האט מען מיר געבראכט א בחור׳ א לאנגן׳ א מאגערן׳ אן ״אראפ׳/ מיט טיפע׳ ברענענדיגע אויגן - א אנפאנגענדער שרײבער. שװײגענדיג האט מיר דער בחור דערלאנגט א רעקאמענדאציע־בריף פון אנשי שלומנו אין באקו׳ װאו ער האט צו יענער צײט געלעבט׳ און דערמיט - אויך א פעקעלע ״כתבים״׳ װעגן א ״מײנונג״. און שװײגענדיג האט ער פארלאזט מײן צימער׳ צוזאגענדיג נאך אמאל ארײנצוקומן׳ הערן מײן מײנונג. די כתבים זײנען געװען אין ײדיש און האבן אנטהאלטן לעגענדעס און מעשהליך פאר גרויס און קלײן. איך האב נאר אנגעהויבן לײענען - און איך בין פארגאפט געװארן: נאך קײנמאל איז מיר ניט פארגעקומן עפיס אזוינס צו לײענען בא א אנפאנגער. א ברענענדיגע מעכטיגע פאנטאזיע׳ א פליה פון א בליץ׳ א זיכערע האנט׳ א פרײער גײםט׳ א סטיל א שנײדענדיגער - ממש א בריטװע א שארפע. און װאס ס׳האט מיך נאך מער פארװאונדערט: אט די רײפקײט פון גײסט! ניט אנדערש װי דער דאזיגער ״אנפאנגער״ האט שוין אלע זיבן גיהנם׳ס פונ׳ם לעבן׳ אבער אויך אלע זײנע פונפציג טויערן פון פארשטאנד׳ הינטער זיך. - און איך האב מיר גלײך א טראכט געטון: א אדלער! און אז דער בחור איז אין עטליכע טעג ארום װידער געקומען׳ האב איך געפרובט אים עפנען דאס מויל - אבער אומזיסט. אײנמאל פאר אלעמאל - א שװײגער• זײנע גרויםע שװארצע אויגן ברענען און ער שװײגט. צו די װינציגע פרטים װעגן אים׳ װאס איך האב שוין געװאוסט פוג׳ם רעקאמאנדאציאנס־בריף׳ איז מיר גאר ניט צוגעקומן. פון יענעם בריף האב איך געװאוסט׳ אז דער בחור האט אין באקו זיך באשעפטיגט מיט העברעאישער לעהרערײ׳ אז ער האט פארעפענטליכט דארט אין א צײטװײליגער העברעאישער צײטשריפט א פאר זאכן פון זײנע ערשטע ליטערארישע פרױוען/ אז איצט שרײבט ער אסך אויף ײדיש און מבינים זאגן אים צו א צוקונפט - מער גארניט• דער בחור איז װידער שװײגענדיג אװעק און מער ניט געקומען. א טײל פון די כתבים׳ װאס איך האב ניט באװיזן דורכצולײענען׳ זײנען נאך בא מיר פארבליבן׳ אבער דער בחור האט זיך מער ניט געװיזן• איך האב נאכגעפרעגט אויף אים׳ אלע באקענטע האב איך געפרעגט: האט איר ניט געזעהן׳ קענט איר ניט אזא און אזא בחור? - קײנער װײסט גיט. פאר־ פאלן געװארן דער בחור. ניטא אים. נאך שלימער איז געװען׳ װאם דער אנדערער ױנגערמאן׳ װעלכער האט אים צו מיר געבראכט - און דאס איז געװען אײנער פון מײנע תלמידים אין אדעסער לעהרערסעמינאר - איז אויך פלוצים פארפאלן געװארן. ער איז׳ דאכט זיך׳ קראנק געװארן און איז ערגיץ װאוהין אװעקגעפארן. אײנמאל - אין אײנעם פון יעגע שרעקליכע טעג אין אדעס - קום איך אהײם פארנאכט ־ צו• דאס איז געװען׳ װי געזאגט׳ אין יענע פינסטערע צײטן פון שרעק און ציטערניש• פון נאהנט און פון װײט האבן זיך

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.