Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 32

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 32 (sequence 38)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--166-9581450
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אורשפרינגליכן צוזאמענהאנג צװישן שטערן׳ סימבאל און דעם מלך דוה די מאגישע באדײטונג פון דעם צײכן איז דורך דעם ניט אבגעשװאכט געװארן? דארט דינט ער צו אנדערע צװעקן און דורך דעם- װאס ער איז ארײנגעקומען אין די קמיעות. האט ער זיך געזיכערט זײן עקסיסטענץ ביז אויף הײנטיגן טאג• איך גלײה אז די פראגע װעגן מקור פון מגן־דוד קען איצט- לויט די דאזיקע פארגלײכענדע פארשונגעך באטראכט װערן אלס געלעזט• איך דרוק דא א פראגמענטארישע קמיע׳ װעלכע שטאמט פון דער ״גניזה״ און געפינט זיך יעצט בײ מיר אין רשות• זי מוז אודאי זײן פונ׳ם צענטן יארהונדערט׳ אבער זי איז אן ספק א אפשריפט פון א פול יארהונדערטע עלטערן מקור׳ דען איר אינהאלט דעקט זיך פולשטענדיק מיט די אראמישע השבעות׳ װאס געפינען זיך אויף די ערדענע כלים׳ װאס װערן אויסגעגראבן פונ׳ם צװײטן אדער דריטן יארהונדערט• און זײנע באגײסטערטע תלמידים ב ר ־ כ ו כ ב א ׳ דאס הײסט: ״דער זון פון שטערן״. ס׳איז אלזא געװען די נאטירליכסטע זאך צו פארבינדן דאס בילד פונ׳ם שטערן מיט דוד המלך׳ דעם עלטער־פאטער פון מלך המשיח• דער שטערן איז דער סימבאל פון משיח און אויף אזא אופן איז ער געװארן אלס העראלדישער צײכן און סימבאל פון מלכות בית דוד׳ דער שילד פון דוד׳ן. דאם הייסט׳ אז דער שטערן אויפן שילד איז דער נאציאנאלער סימבאל פון די ײדן אין געגנזאץ צום צלם און צו הײדנישע זינבילדער׳ װאס אויף זײערע טעמפלען און מטבעות. מ׳האט אלזא געמעגט אים אויך אויף די טויערן פון די שולן אויפצײכנען׳ אלס א סימבאל פון דער נאציאנאלער האפנונג צו דערלעבן דעם ״אויפשטײגן פון דעם שטערן״ און אים געטרײ נאכצוגעהן. און אזוי האט זיך דער דאזיקער צײכן אויך דערהאלטן אינ׳ם באװאוסטזײן פון פאלק אלס א נאציאנאלער סימבאל׳ דערמיט װאס ער איז געװארן ״דער שילד פון דוד׳ן״׳ ניט באהאלטענדיק אין באװאוסטזײן דעם מ• ג א ס ט ע ר• פון דער סעריע: ײדישע גראפיק• .1914 פון דער רוסישער קונסטאױסשטעלונג אין בערליןי נתן אלטמאן• א\1\£7^ א\/א7\א .1914 ."7א1£*\א0£ 15£1^£[.>• 5££1£3 £״?־ .א8£££1 .א181710א\£ £7\׳ א\׳551ט£ 717£ 1^££01 32

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.