Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 31 (sequence 37)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--165-9581449- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
העראלדישע צײכנס• אם בעסטן זעהט מען דאס אין די בילדער אויף די מינצף װעלכע זײנען אין אלטע צײטן געגאסן געװארן אין פארשידענע מקומות און בײ װעלכע אײן זײט שטעלט שטענדיק פאר עפעס א סימבאלישן צײכן. מען דארף אויך ניט פארגעסך אז די אלטע געטער פון מצרים און אויך פון גריכענלאנד פלעגן אויסגעמאלט װערן דורך באזונדערע צײכנונגן• דער קרומער צלם (קרוקס אנסאטא) פון דער געטין איזים שפילט גאר א באזונדערע ראלע? לכתחלה א בילד פון לעבך װערט עס מיט דער צײט דער סימבאל פון קריסטענטום• דאס װילן אפילו א סך - אבער פאראינטערעסירטע - ניט צוגעבך דאך איז עס אמת• מיר האבן אלזא מאטעמאטיש־מיסטישע צײכנס׳ מיסטישע סימבאלן און באצירונגען׳ װעלכע שפילן אײנע אויף די אנדערע׳ און חאטש אײן און די זעלבע פארם׳ דינען זײ אבער צו פארשידענע צװעקן• אויף אזא אופן לאזט זיך אויך ערקלערן אם לײכטעסטן דער מקור פון דעם מגן־דוד. ער ערשײנט נעמליך אין אט דער דרײפאכער באדײטונג. דער העקסאגאן שטײט אן ספק פון אנהײב אן׳ פונקט אזוי װי דער פענטאגאן׳ אין דינסט פון מיסטיש־מאטעמאטישער ספעקולאציע. שוין דאס װאס ער באשטײט פון צװײ איבערגעפלאכטענע דרײעקן גיט א ברײטן פלאץ פאר אזעלכע ספעקולאציעס. ס׳איז דעריבער קײן װאונדער ניט׳ װאס ער קומט פאר׳ אלס מאגישער צײכן׳ אין די גריכישע צויבערפאפירוסן װי אויך אין די ױדישע קמיעות. דאך איז ער דערװײל נאך ניט קײן צירונג׳ נור בלויז א מאגישער סימבאל. אבער שפעטער׳ אזוי װי די אנדערע געאמעטרישע פיגורן הײבן אן פארװענדעט צו װערן אלס באצירונגען אויף פארשיעדענע קונסטװערק׳ הײבט אן דער העקסאגאן אויך באנוצט צו װערן אלס באצירונג אויף די טויערן פוז די שוהלן׳ אט אזוי װי דער פענטאגאן און דער קרײז אײנגעראמט אין בלומען־קרענץ• אבער אפילו דא איז נאך מעגליך׳ אז דער העקסאגאן האט אלץ נאך עפעם א סימבאלישע באדײטונג׳ און דא קומען מיר צו זײן לעצטער אנװענדונג אלס דוד׳ס שילד. די דאזיקע צײכנונג קען מען אויפפאםן אויך אלס דאס בילד פון א שטערן. בשעת די זון און די לבנה װערן געצײכנט אלס גאנצער און האלבער קרײז׳ װערט דער שטערן געװײנליך געצײכנט אין דער פארם פון זעכס שטראלן׳ װאס געהען ארויס פון אײן פינטל• די פארבינדונג פון דעם צײכן מיטן נאמען דוד איז אלזא אן ספק אײן אויספלוס פון דעם משיח געדאנק. אין געגנזאץ צו די סימבאלן פון אנדערע גלויבענס׳ זוכט מען דא אין א באשטימטער צײט׳ װען די משיח באװעגונג און די פאלקס־אויפרעגונג האט צו דער העכסטער מדרגה דערגרײכט׳ נאך אזא צײכן׳ װאס זאל אט די פאלקסהאפנונג זינבילדליך פארשטעלן. װי באקאנט פלעגט מען שוין אין די חשמונאים׳ס צײטן טײטשן דעם פסוק: דרך ככב מיעקב (און א שטערן װעט ארויפשטײגן פון יעקב• במדבר כ״ה י״ז) אויף משיח׳ן. פון דאנען נעמט זיך אויך די לעגענדע פון דעם שטערן אינ׳ם נײעם טעסטאמענט׳ װעלכע שטיצט זיך געװיס אויף אט דער אלטער מסורה• אבער נאך פיל באשטימטער טרעט ארויס אט דער פירוש׳ בשעת ס׳ערשײנט דער העלד בר־כוזיבא׳ װעלכער לאזט זיך רופן אויפ׳ן יסוד פון דעם פירוש און מיט הסכמה פון רבי עקיבא מיט פיטאגאראס׳ס נאמען׳ שטאמען פון די מזרח־לענדער׳ פון װאנען פיטאגאראס אלײן האט זײ געבראכט אינאײנעם מיט אנדערע פון זײנע תורות און למודים׳ װאס שטאמען געװיס פון דער זעלבער קװעלע. צו זײנען זײ שוין געװען אין זײער קערן אין ארץ־ישראל און אין מצרים נאך פאר פיטאגאראס׳ן מיט זײן שולע• איז שװער צו זאגן? מעגליך איז עס געװיס׳ און בפרט׳ אז די אנװעזענהײט פון בודדיסטישע מיסיאנערן איץ די דאזיגע לענדער געפינען מיר פארצײכנט שוין פון גאר אלטע צײטן׳ און יענע האבן גרײליך געקאנט מיטברײנגעך אין אײנעם מיט זײערע אנדערע למודים׳ אויך די דאזיגע ספעקולאציעס מיט צאלן׳ און באזונדערס מיט פיגורן. מ״דארף געדענקען׳ אז די אותױת פון דעם אלף־בית זײנען גענוצט געװארן אויך אלס צאלן און אויף אזא אופן איז אנטשטאנען א דאפעלטע מיסטיק׳ װעלכע ארבעט אי מיט די אותױת אי מיט די צאלך װעלכע זײ ענטשפרעכן. ס׳איז דא ניט דער פלאץ דעם ענין װײטער נאכצופארשן. װי װײט די דאזיקע ספעקולאציע האט ארײנגעדרונגען אין גײסטיגך באזונדערס אין מיסטישן לעבן׳ באװײזט די געװאלטיגע ספעקולאציע װאם איז אנטשטאנען ארום די ניט אויסגערעדטע אותױת פון גאט׳ס נאמען (שם המפורש). די חכמת־הקבלה׳ אזוי װײט װי זי דרײט זיך ארום דעם שפיל מיט אותױת און צאלן׳ איז דער פראקטישער אויםפיר פון אט דער לערע. אין די ןידיש־סיבילינישע אראקעלן װעלכע געהערן אויך צום צװײטן יארד־וונדערט׳ געפינט מען׳ רעגעיל־־ירעכטע ״גימטריאות״ און װער ס׳קען די ספרים פון פילאן װײס װי אפט ער באנוצט זיך מיט דער דאזיקער מיסטיק פון די צאלן. לאמיר זיך אבער אומקערן צוריק צו אונזער ענין װעגן מגן־דוד. װאס עס איז אויסגעדרוקט געװארן אין צאלן׳ איז אריבער־ געטראגן געװארן אויף די געאמעטרישע פיגור. װעלכע באדײטונג ס׳האט באקומען דער דרײ־עק אין דער םימבא־ ליק פון דער קירכע׳ דארף מען דא ניט ערשט נעמען דערצײלן. די דאזיקע געאמעטרישע פיגורן האט מען צוגעשריבן די זעלבע סודות־פולע קראפט װי די מאטעמאטישע פארמולעס׳ און פונקט אזוי װי די לעצטע זײנען באנוצט געװארן צו השבעות און כישוף׳ אזוי האט מען דערצו גענוצט אויך די סימבאלישע צײכנס פון די פיגורן. שוין דאס אויפצײכנען זײ איז באטראכט געװארן אלס מיטל צו באשיצן דעם׳ װאס טראגט אויף זיך אזא אויפצײכנונג׳ פון אלערלײ מזיקים און בײזע רוחות. באזונדערס װיכטיג איז געװען דער פענטאגאן (פינף־עק)מיט זײנע אונצײליקע מעגליכקײטן פון מאטעמאטישע קאמבינאציעס און אויך דערפאר װאס מ׳קען אים אויפצײכנען מיט אײן ניט־איבערגעהאקטן פיר מיט דער פען• אבער די דאזיקע צײכנונגען האבן געדינט אויך אלס באצירונגען. דער צוזאמענהאנג צװישן שמוק און קמיע װײזט זיך ארויס אלץ קלארער׳ װאס װײטער ארויף מ׳פארשט נאך זײער געשיכטע• פון א קמיע װערט מיט דער צײט א צירונג און פארקערט• דאס לעצטע קומט פאר דעמאלט װען א סימבאל װערט פון אנהויב אן געברויכט אין פארבינדונג מיט אײנער א פערזאן און דינט אזוי װי יענערס סימבאלישע פארטרעטונג• דער צײכן שטעלט מיט זיך פאר א פערזאן אדער א אידעע׳ אזוי װי דאס איז אם אפטעסטן צו זעהן אין די אזוי גערופענע 31