Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 30

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 30 (sequence 36)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--164-9581448
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ד ע ר מ ג ן ־ ד ו ד♦ ^יןןו^זיל״י^לי נץיחזסגיןןגץ!.*יגגיט פ1^עי)ץ |'רו(ין ^)^יג^ן^ויזז^ן *ןבול&לג) 'ײז,זוי),גי<1ג**|ר^ד רולכיז י״ א (!לילל^ן^-( י^1.לעי,^ן רלדד-י?7י יל£נ%ז ין^שוזעגו^^/טיה ץ*ז ׳׳£יד ^.■<ק >)ננ(ןודזד|ל) װ׳יג ׳ץ^־! ^דזיףלג/**^־ י ^וי^יבי י() •*סטןויזדרזזי ,] ,עמיד*^•׳ ־&גוירחיס' גשיוז >(/׳* א פראגמענט פוןא קמיע פון סנטן יארהונדערט/ געפינען אין דער ״גניזה״. .ס\/12^0£ £ס־ד ^סמ־? .¥מס1א0£ יוז^ .'ד£.1111*ןי/ ציעס און דינען פאר אלעמען צו מיםטישע ספעקרלאציעס. זײ פאראײניגן אין זיך דעם סוד פון די צאלן און די מיסטיק פון די פיגורן• די דאזיגע ספעקולאציעס/ װעלכע מ׳פארבינדט א סך מאל איז שוין די פראגע אויפגעװארפן געװארן: פון װאנען שטאמט דער סימבאלישער צײכן פון א זעכם־עק׳ װעלכן מיר רופן ״מגךדוד״׳ אבער אלע תשובות װאס זײנען ביז הײנט אויף דער שאלה געגעבן געװארן׳ זײנען לויט מײן מײנונג ניט באפרידיגענד• אלטע דאקומענטן װעגן דעם איז ניטא און אין דער אלטער ליטעראטור קומט די דאזיגע צײכנונג זעהר זעלטן פאר? דאס האט געפירט צו דער החלטה׳ אז בכלל איז דאס זעהר א שפעטער צײכן• דאך איז פארבליבן אן א ענטפער די פראגע: װי אזוי זשע פארט איז מען געקומען דערצו דעם דאזיגן זעכס־עק (העקסאגאן) דעם נאמען מגן־דוד צו געבןי געװיס׳ מען האט געגלויבט אז דוד המלך׳ס שילד האט גראד דיזע פארם געהאט• שטעלט זיך אבער ארויס׳ אז דער דאזיגער צײכן געפינט זיך אויף דענקמאלן פון א פיל עלטערער צײט אלס װי מ׳האט פריער ערװארט׳ דהײנו: אױפן אויבערשטן פריעז פון די אלטע שוהלן אין גליל׳ װעלכע געהערן אודאי צום צװײטן אדער דריטן יאהרהונדערט פון דער געװײנליכער צײטרעכנונג׳ אויף אלטע מאגישע קמיעות׳ װעלכע האבן זיך געפונען אין דער ״גניזה״ אין מצרים און װעלכע מוזן אויך שוין א היבשע עלטער באזיצן׳ און אויך׳ מערקװירדיגער װײזע׳ אויף די ראנדען פון גריכישע צויבער־פאפירלאך׳ װאס געפינען זיך אין בריטישן מוזײאום און װאס געהערן זיכער צו דער זעלבער צײט (2־טער ביז 3־טער יארהונדערט) װי די שוהל־ באצירונגען פונ׳ם גליל• נור קמיעות און צויבער־פארמעל זײנען געװײנליך שטענדיג נור קאפיעס פון אזעלכע קמיעות און פארמעל פון א עלטערער צײט• מען דארף ניט פארגעסן׳ אז קײן זאך איז ניט אזוי קאנסערװאטױו װי די מאגיע• די צויבער־פארמעל און די מיט איר פארקניפטע סימבאלן׳ טארן ניט געענדערט װערך אויב מען װיל ניט׳ אז זײ זאלן פארלירן זײער מאכט ן א מינדסטער שנוי׳ אדער עפעס א פעלער אין דער צײכנונג׳ דאס ניט צונויפשליסן פון װעלכע ניט איז ליניען אײנער צו דער אנדערער׳ זײנען שוין גורם צו צעשטערן די גאנצע קראפט פון דער קמיע• מען דארף זיך נאר דערמאנען אן דעם פענטאגאן אדער צויבערישן פינף־עק אויף דער שװעל פון פויסט׳ס צימער״ װעלכעס איז ניט געװען גענוג שארף געצײכנעט און דאס האט שוין געגעבן מעפיסטא׳ן דעם כח ארױסצורופן דורך א השבעה די מויה װעלכע האט צום איבריגן אפגעקראצט די ליניע און דערמיט אינגאנצן צעשטערט די קראפט פון דער סגולה• פון דעם איז צו דרינגען/ אז װען מען געפינט א זעכס־עק (העקסאגאן) אפילו אין שפעטער אפגעשריבענע צויבער־פארמעלן/ איז עם פארט א סימן אויף א פיל עלטערע טראדיציע. סימבאלן פון דעם מין דינען אבער פאר פארשידענע צװעקן. אין דער ערשטער שורה שטײען אזעלכע געאמעטרישע פיגורן ענגסט פארבונדן מיט װײטגעהענסטע פילאזאפישע און מעטאפיזישע ספעקולא־ 30

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.