Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 29

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 29 (sequence 35)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--163-9581447
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

דאס איז א גאנצע אנטפלעקונג אויף׳ן געביעט פון דער ײדישער סצענישער קונםט• דא האט איר פאר זיך אן אקטיאר־ מײסטעה ער שאפט אינגאנצן פון זיך ארויס- ער מאכט קײנעם ניט נאך׳ ער טראכט ניט אויס גארגיט• און װען אלע אקטי־ ארען אויף דער סצענע טוען אזוי ״שפיעלען״- באקומן מיר פאר זיך - דעם קאלעקטױוען אקטיאר־קינסטלער און א אמת׳ע סימפאניע פון טענער׳ פארבען און תנועות• די שפראך פון דער ״הבימה״ איז׳ װי באקאנט - העברעאיש• ס׳איז גאנץ נאטירליך די פרײד פון יענע שיכטן אין ײדענטום׳ פאר װעלכע העברעאיש איז ניט נאר א טײל פון זײער נאציאנאל־געזעלשאפטליכער אידעאלאגיע׳ נאר אויך א קװאל פון טיעפסטע אינדיװידועל־עסטעטישע איבערלעבונגען• אבער ניט זײ אלײן געהערט די ״הבימה״• ס׳איז ניט אבצולײקענען דאס התלהבות׳ װאס ס׳רופט ארויס דאס העברעאיש אין דער ״הבימה״. און ניט בלויז התלהבות אלײן• העברעאיש - דאס איז דער ס ט י ל פון דער ״הבימה״- דאס איז דער אויסדרוק פון איר קינסטלעריש געזיכט• אבער פארץ צוזעהער׳ און פאלגליך: פאר׳ן טעאטער בכלל און דעם ײדישן טעאטער בפרט׳ זײנען דאס בלויז ערשטליכע מאטיווען פון דער שאפונג• אין דעם באשאפונגס־ פראצעס גופא פון נײע קינסטלערישע װערטן טרעט די שפראך ארוים נאר װי אײנע פון יענע צופאסונגען׳ װעלכע העלפן דעם שוישפיעלער אויסצופיהרן די פארגעבענע סצענישע אויפגאבע. בשעת די קערפער־באװעגונגען פונ׳ם אקטיאר דארף צוגעבן דער געשאפענער געשטאלט א פלאסטישע פארם׳ פארפילט די שפראך די דאזיגע פארם מיט א גאממע פון ר י ט מ י ש ע טענער. און דא איז װיכטיג ניט ו ו א ס מ׳זאגט׳ נאר װי אזוי צו הארמאנירן די שפראך מיט דער געשאפענער סצענישער געשטאלט• געפינן דעם סצענישן ריטם פון דער שפראך - הײסט אהן װערטער פאר־ שטענדליך זײן פאר׳ן צוזעהער. אט פאר װאס די ״הבימה״ איז נאהנט און פארשטענדליך דעם גאנצן צוזעהער־זאל׳ אט פאר װאס זי געהערט ניט בלויז דעם ײדישן פאלק אלײן׳ נאר דער גאנצער קולטור־װעלט׳ פאר װעלכער די קינסטלערישע װערטן זײנען אײביגע אל־ מענשליכע װערטן. איך האב פארלאזט מאסקװע אין מארט 1921• אין מײן אנאליז פון דער קינסטלערישער טעטיגקײט פון דער ״הבימה״׳ האב איך דעריבער געקאנט זיך אבשטעלען נאר אויף די צװײ ערשטע אױפפיהרונגען פון דעם דאזיגען טעאטער. די אויפ־ פיהרונג פון אנ־סקי׳ס ״הדבוק״(העבראישע איבערזעצונג פון ביאליקץ) איז פארגעקומען׳ נאך צװײ יאר ארבײט אויף איר צוגרײטונג׳ אין װינטער סעזאן פון יאר 22 - 1921 דער דאזיגער אויפפירונג דארף געװידמעט װערן א באזונדער באשרײבונג׳ און אזא װעט מסתמא די רע־ דאקציע פון ״מילגרוים״ געבן אין אײנעם פון די קינפטיגע העפטן• פאלק קאן נאר אין זײן קאמף ערװארבן װערן• נאר אויב דאס פאלק האט פארנאכלעסיגט די מאכט אלס א פאקטאר אין קאמף פאר זײן גליק אויף דער ערד׳ איז אים דער־ פאר צוגעגרײט א ״קעניגרײך ניט פוץ דער װעלט״♦ ״איצט - פארענדיגט דער נביא - איז די זאך קלאר װי די זון• דאס איז דער עונש פון הקדוש ברוך הוא• איך האב געזינדיגט און בין ניט געגאנגן העלפען דעם פאלק׳ דערפאר איז אויף מיר געקומען גאטס שטראף• נע־ונד װעל איך זײן׳ די גאנצע װעלט װעל איך ארומװאנדערן׳ ביז איך װעל גע־ םינען דעם משיח״• אויף׳ן ײדענטום װערט ארויפגעלעגט׳ אויף אזא אופן׳ א היסטארישע גײסטיגע מיסיאן - דאס אײביגע ארומזוכן נאך גאט׳ נאך אמת און גערעכטיגקײט• דאס איז אײנע פון די אין דער מענשליכער געשיכטע פארשפרײטע בבא־מעשות• און אויסערליך װאלט זיך געקאנט אויסװײזען׳ אז די ״הבימה״ באקרעפטיגט דא די דאזיגע אויסגעטראכטע מעשה• אבער אין דעם טאקע באשטײט די אויפגאבע פון א גרויסן קינסטלער - ניט א נ װ א ר פ ן קײנעם זײן לעזונג פון פראבלעם• אין דער קינסטלערישער באלײכטונג װערט א פראבלעם נאר געשטעלט׳ און דאס עסטעטישע געפיהל פונ׳ם צוהערער באפרידיגט זיך דערמיט׳ װאס אט די ״פארשאלטענע פראגע״ װעגען גורל פון ײדישן פאלק דרינגט דורך צו זײן באװאוסט־ זײן דורך א גאנצער גאממע פון געשטאלטן׳ פארבן און טענער פון רײנער קונסט• אין דעם באשטײט דאס אײביגע׳ ניט פאריבערגעהענדע פארדינסט פון דער ״הבימה״• אויף א משך פון מעהר אלס אנדערהאלבען שעה פון א אײנאקטיגער האנדלונג׳ צװינגט זי דעם הערער צו לעבן מיט עפיס א באזונדערן באגײסטערטן לעבן׳ זי פאראײניגט אים מיט׳ן מקור פון דער שאפענדער מענשליכער פערזענליכקײט׳ בא־ אומרוהיגענדיג זײן געװיסען דורך יענע גרויסע צװײפל׳ װאס װען מ׳איז זײ גובר׳ װערט געבוירן דער װעג צום אמת• א סך מיה׳ טאלענט און ליבשאפט האט די ״הבימה״ אבגעגעבן דער דאזיגער ערשטער אויפפיהרונג אירער• װארהאפטיג׳ די סצענע איז פאר זײ געװארן א הײליגער מזבח - במת קידש - װאו יעדער שוישפילער און יעדע שוישפילערין האבן אויף׳ן הײליגן פײער מקריב געװען די קרבנות פון זײערע הערצער. און װי ניט קלײן ס׳זײנען די פעהלערן פון דער אויפפירונג - ם׳זײנען לחלוטין ניט אויס־ גענוצט געװארן די מאטױון פון דער ײדישער דעקאראטױוער מאלערײ׳ די שפראך פון דער איבערזעצונג איז ניטדערלאזבאר װאכעדיג׳ בשעת דער ריטם פונ׳ם שפילן פארלאנגט גראד א הויכן׳ פאעטיש־נבואישן סטיל פון דער שפראך׳ און ענדליך׳ חסרונות׳ װאס ליגען אינ׳ם ליטערארישן אינהאלט פון דער פיעסע׳ און װעלכע לאזץ זיך ניט באזײטיגן נאך אלע אנ־ שטרענגונגען און איבערמאכונגען׳ - איז דער ״אײביגער ײד״ דאך א אמת׳ער נצחון־שטאפעל אין דער אנטװיקלונגס־געשיכטע פונ׳ם נאציאנאל־קינסטלערישן ײדישן טעאטער• א. פאטקין. 29

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.