Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 28

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 28 (sequence 34)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--162-9581446
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מיט אים געליטן און אנשטאט כעס טריפן בא אים טרערען. צו אפשר װאלט גאר ריכטיג געװען צו געפינען א סינטעז פון דער ײדישער היסטארישער נבואה- אנפילענדיג איר גרונד־אידעע מיט מאטױוען פון אונױוערזאלן אל־מענשליכן כאראקטעה אין װעלכער׳ װי א װידערקול״ זאלן אפקלינגען די טענער פון דער הײנטיגער צײטי דאם פראבלעם האט די ״הבימה׳/ לויט מײן מײנונג׳ געלעזט נעהנטער צו דער לעצטער״ פון מיר אנגעװיזענער צײכנונג• צמח אלס נביא*). לעבט אויף אין אונזער באװאוסטזײן - מיט דער גאנצער פלאסטיק פון זײן גוף• מיט׳ן קאסטױם און זעלטן־אויסדריקליכן גרים. מיט׳ן ציטערן פון זײן שטים און מיט׳ן גאנצן טעמפ פונ׳ם שפיעלן - אומגעװעהנליך שארף די פארשװאונדענע געשטאלטן פון די נביאים• אזא האט אודאי געמוזט זײן דער גרעסטער פון זײ׳ עמום״ בשעת ער׳ א באשײדענער פאסטוך פון א קלײן״ פארװארפן שטעטיל- אי־ז אויפגעטרעטן מיט פינקלדיגע אויגן׳ מיט געמאסטענע אבער פעסטע טריט׳ און געצװאונגען אנשוױגן צו װערן דאס געטומעל פון די הוליענדע און אויסהערן זײנע נביאות װעגן אומגליקליכן טאג׳ װאס קומט אויף׳ן פאלק. עס פיהלט זיך אין אים די נשמה פון ירמיהו׳ס גרויסן צער פון אט דעם אמתדיגן פאלקסלי־בהאבער׳ װעלכער לײדט פארן פאלק מיט יענער מסירת־נפש׳דיגער ליבע׳ צו װעלכער ס׳זײנען נאר פעהינ געצעהלטע אױסדערװעהלטע פון דעם מענשליכן געשלעכט. ס׳איז דא אין אים עפיס פון יחזקאל׳ בשעת דער אונ־ פארמײדליכער אונטערגאנג פון דער אלטער װעלט געהט בא אים אריבער אין א פרײדיגער האפנונג אױף דעם אנט־ שטעהן פון א נײער׳ דען ״אין דעם טאג װען דאס בית המקדש איז חרוב געװארן׳ איז משיח געבױרען געװארן״• ניט מער - דער פילאזאפישער זין פון דער דאזיגער ראל האט אין דער אויפפאסונג פון דער ״הבימה״ נאך א פיל מעהר אלגעמײנע סינטעטישע באדײטונג• דאס אקערבוי־פאלק׳ צוגעבונדען צו דער ערד װי צום צײכען פון פריעדליכער ארבײט (תולעת דבקה באדמה) האט ניט באגריפן די באדײטונג פון דעם װיכטיגן פאקטאר אין דער היסטארישער אנטװיקלונג פון די פעלקער - די מאכט• ״פון אײן זײט - דערצעהלט דער נביא - האט מיך גערופן די ערד׳ און פון דער צװײטער זײט האט מיך גע־ רופן מײן פאלק איך זאל גײן קעמפען אין זײנע רײהען - און איבערגעװאויגן האט די ערד״• אט די דאךגע נאכלעסיגקייט בנוגע צום קאמף פאר רעכט און פרײהײט האט דערפיהרט צום אנװערן די זעלבםטשטענדיגקייט׳ צום אונטערגיין פון ירושלים און חורבן בית המקדש• אויף א רגע האט זיך דורכגעריסן א שטראהל פון האפנונג׳ ס׳איז געבוירען געװארן מנחם׳ דער משיח׳ דער רעטער פונ׳ם פאלק׳ און דאס פאלק האט אנגעהײבן אויס־ גלײכן זײנע ״פארטרוקענטע בײנער״• אין דער געשיכטע איז אבער ניטא קײן נסים• די רעטונג קאן נאר קומען דורך אנשטרענגונג פונ׳ם אײגענעם װילן און דאס רעכט פונ׳ם *) גורעװיטש׳ן אין דער ראל פונ׳ם נביא האב איך לײדער ניט געזעהן• מ׳זאגט׳ אז ער גיט אביסעל אן אנדער אויסדײטונג דער דאזיגער געשטאלט• פון דער ״הבימה״׳ ליגט אין דעם׳ אז ס׳זאל אבגעשװאכט װערן דער דעקלאמאטארישער און מעלאדראמאטישער כא־ ראקטער פון דער פיעסע און ס׳זאל אין איר בולט װערן װי מעגליך מעהר די דראמאטישע האנדלונג. דאס צו דערלאנגען איז נאר מעגליך געװען דורך א אינערליכער פולשטענדיגער איבערארבײטונג און א געװיסע סטיליזירונג פון אט די פיגורן. צו געפינען די פאסענדע טעאטראלישע פארם צום לעזען אט די אויפגאבע איז געװען זעהר שװער• ה״ארח״ - דער װאנדערער - אזוי הײסט בײם מחבר די צענטראלע פיגור פונ׳ם גאנצן שטיק• אין דער דאזיגער אײגנשאפט אבער איז די פיגור היסטאריש פארמלאז׳ כאטש ׳י ־ד ־ד -ר זי פאסט זעהר צו דעם קינסטלעריש־פרעטענציעזען מעלא־ דראמאטישען כאראקטער פונ׳ם אינהאלט אין דער פיעסע• די ״הבימה״׳ אויפהײבענדיג דאס שטיק צו דער מעגליכסטער הויך פון א דראמע־טראגעדיע׳ האט ארײנגעלעגט דעם דאזיגן װאנדערער אין הארצען א גײסט פון א פראפעט• דער װאנדערער װערט בא איהר א נביא. אבער ערשט דא האבן זיך אנגעהויבען ארויסװײזען די שװערקײטען פון דער סצענישער פראבלעמע. אויב דאס געזיכט פון א װאנדערער גיט צו דער גאנצער פיעסע דעם כאראקטער פון א רײן ארטיגען עפיזאד - פארברײטערט דער װאנדערנדער־נביא מיטאמאל די גרעניצען פונ׳ם מחבר׳ס כװנה׳ מאכענדיג פון דעם׳ אין דער פיעסע בארירטען פראבלעם א טיעפע װעלט־פראגע׳ אין װעלכער עס קלינגען מאטױוען׳ ניט בלויז די װאס זײנען היסטאריש פארבונדען מיט דער צײט פון חורבן בית שני און אונטער־ גאנג פון ירושלים׳ נאר אמת אלגעמײן־מענשליכע׳ און צו דער זעלבער צײט אויך הײנטצײטיגע• אבער װער־זשע איז ער דער דאזיגער נביא? צו איז עס עמוס׳ דער זוהן פון די אונטערשטע פאלקס־ מאסען׳ א צארניגער און אהן־רחמנותדיגער׳ װעלכער זאגט נביאות אקעגן זײן פאלק ישראלי דער נביא׳ װאס דעקט אויף די װאנט פון דעם סאציאלן אומרעכט׳ פון די געװאלד־ טאטען׳ װאס ס׳באגײן די רײכע איבער די ארימע - ער זעהט מער קײן רעטונג פאר ישראל׳ װעלכער איז פאר־ זונקען אין זינד און ער זאגט אים נביאות װעגען א אונ־ פארמײדליכן אונטערגאנג• אדער אפשר איז עס ישעיהו׳ - אט דער אפשטאמער פון א פירשטליכער משפחה׳ װעלכער איז אויך דורכגעדרונגען מיט דעם זעלבן עדלן גײסט פון סאציאלער גערעכטיגקײט׳ װי עמוסי גענוי אזוי װי יענער רופט ער גאטס צארן אויף די זינדיגע און פארקנעכטערס• אבער אין אונטערשיעד פון עמוס׳ן באגרעניצט ער דעם ״אונפארמײדליכן אונטערגאנג״ נאר אויף די זינדיגע עלעמענטען פונ׳ם פאלק׳ ישראל װעט אבער גערעטעט װערן דורך זײנע ״פארבליבענע״ (שארית ישראל) און עס װעט אנקומן א צײט פון פרײהײט און גלײכהײט• אדער איז עס גאר ירמיהו - דער דאזיגער פארצאגטער לײדער פאר׳ן גורל פון זײן פאלק׳ װעלכער׳ אין אונטער־ שיעד פון עמוס׳ן און ישעיהו׳ן׳ האט׳ ניט קוקענדיג אויף דער פארזינדיגטקײט פונ׳ם פאלק, קײן אײן מאל עס ניט פארלאזט׳ נאר מיט אפפערדיגער ליבע פון א געטרײען זוהן אינאײנעם 28

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.