Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 27

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 27 (sequence 33)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--161-9581445
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

צוזעהער זיך ״איבערצײגט״ אינ׳ם קינסטלערישן אמת פון דער קונסט׳ װאס װערט אים געגעבן פון אט דעם קלײניגקן םצענישן ברעטעל. דער דאזיגער מארק סימבאליזירענדיג מיט זײן טומעל און צולאזטקײט די מאראלישע ירידה פונ׳ם פאלק אין אײנעם פון די קריטישעסטע מאמעגטען פון זײן געשיכטע׳ װעקט אויף אין אונזער באװאוסטזײן׳ דורך דער אמת׳דיג קינסטלערישער און פײנער מאניער פונ׳ם שפיעלן׳ יענע אומפארגעסליכע בלעטליך פון תנ״ך״ װאו ס׳איז געשילדערט דער אײנזאמער קאמף פון די נביאים מיט אט דער פאלקם־צולאזנקײט. פאר אונז שטײט עפיס װי א סטילישע קינסטלערישע אילוסטראציע פון די זיטך אויסגעדרוקט מיט ניט קײן קלענערער עקספרעסיע װי די װערטער פון ישעיהו: ״וגם אלה בײן שגו ובשכר תעו׳ כהן ונביא שגו בשכר. ״נבלעו מן הײן תעו מן השכר... כי כל שלחנות מלא קיא ״צאה בלי מקום״ (ישעיה כ׳ח). (אויך אט די אלע האבן זיך אין װײן ארײנגעלאזט און אין שארפגעטראנק פארװירט- דער כהן און דער נביא זײנען אין שארפגעטראנק ארײנגעטאך דער װײן האט זײ פארשלינגך דער שארפגעטראנק האט זײ פארװירט... דען אלע טישן זײנען פול מיט׳ן אויסגעמײקעטן מיאוס־ קײט׳ קײן פלאץ מער ניטא). אדער עמוס״ בשעת ער מוסרט מיט צארן: ״השוכבים על מטת שן וסרוחים על ערשותם ואוכלים ״כרים מצאן ועגלים מתוך מרבק׳ הפורטים על פי הנבל׳ ״כדוד חשבו להם כלי שיר׳ השותים במזרקי ײן וראשית ״שמנים ומשחו״ (עמום ו׳). (די װאס שלאפן אין א בעט פון עלפענבײן און ציהעץ זיך אויס איבער די געלעגערס? זײ עסען דאס בעסטע פון די שאף און קעלבער פון דער ברײ ארויס •, זײ שפילן אויף דער פלײט און מײנען אז װי דוד׳ס איז זײער אינסטרומענט ן זײ טרינקען װײן פון גאנצע בעקענס און שמירען זיך מיט די בעסטע בוימלען.) און אז אין אט דעם אומרוהיגען מארק־המון רײסט זיך ארײן די״מחוללת״(גאסנטענצערין) - א געשטאלט׳ װעלכע די רעזשיסור פון דער ״הבימה״ האט ארײנגעפירט׳ און אין דער טאלענטפולער אויספירונג פון אביבית׳ א ײדיש קינד׳ דאכט זיך׳ אבער עפיס איז אין איר פרעמדעס׳ פון ערגיץ געבראכטעס׳ - רײסט זיך אין דער נשמה ארײן עפיס א געפיהל פון טיעפסטער פאר־ צװײפלונג און ם׳װײזט זיך אויס אונפארמײדליך די נבואה פון עמוסץ: ״נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל נטשה על אדמתה אין מקימה״. (עמוס ה׳). (געפאלן איז ישראל׳ס טאכטער׳ מעהר װעט זי שוין ניט אויפשטײן׳ אויסגעגליטשט זיך אויף איר אײגענער ערד׳ קײנער הײבט זי ניט אויף). די הויפטראלן זײנען דא פארטײלט צװישן צמח׳ װעלכער שפיעלט דעם װאנדערער (אדער נביא) - אין לעצטן סעזאן האט די ראלע דובלירט ה. גורעװיטש - און ראװינא מיט אביבית׳ װעלכע דובלירען צװישן זיך די ראלע פון מנחם׳ס מוטער. דער שװערפונקט פון די בײדע ראלען׳ לויט דער קאנצעפציע פון מײנע רביס׳ פון מײנע חברים׳ אבער מער פון אלע - פון מײנע תלמידים). פינסקי׳ס ״אײביגער ײד״ איז א אײנאקטיגע מעלאדראמע׳ קינםטלעריש בא װײטן ניט קײן פאלקאמענע זאך. א פיעסע מיט א קנאפער דינאמיק פון דער האנדלונג׳ אינערליך אפילו ניט פאראײניגט מיט א קינסטלערישן ציעל׳ דארט זײנען װי בארירט עטליכע טעמעס מיט אמאל׳ װאס יעדע פון זײ בא־ זונדער װאלט געקאנט דיענען אלס מאטעריאל פאר א זעלבסט־ שטענדיגער טעאטראלישער פיעסע. פאר דער ״הבימה״ אבער איז דאס געװען א דאנקבארער מאטעריאל פאר א טעאטראלישער באארבײטונג. די פיעסע איז אויף דער סצענע ניט צו דערקענען. פון דער שװינד־ זיכטיגער׳ בלוטארימער מעלאדראמא איז אין שאפונגס־קעסעל פון דער ״הבימה״׳ געװארן אן אמת׳ע נאציאנאלע טראגעדיע. ס׳זײנען ארײנגעפירט געװארן נײע סצענעס׳ די פסיכישע פי־ גורן פון די װירקענדע פערזאנען זײנען איבערגעארבײט געװארן לויט א אײגענעם פלאן און כװנה׳ דער דעקלאמא־ טארישער עלעמענט װעלכער פארנעמט דעם ליטערארישן מאטעריאל פון דער פיעסע׳ איז כמעט אינגאנצן ארויסגע־ װארפן געװארן און דאס גאנצע שטיק איז אויפגעבויט אויף דער באװעגליכקײט פון דעם אקטיארס און פון דער מאסן־ האנדלונג• אט איז די סצענע פונ׳ם מארק אין בירת־ארבע׳ מיט װעלכער די האנדלונג פון דער פיעסע הײבט זיך אן. באם מחבר שטײט דא א פראסטע אנמערקונג - דער מארק אלס ארט פון דער האנדלונג׳ די סצענע גופא הײבט זיך בא אים אן מיט׳ן ערשײנען פון די שטאט־עלטסטע (זקני העיר). אץ דער אויפפיהרונג פון דער ״הבימה״ - אנגעפיהרט מיט איר האט א צװײטער טאלענטפולער תלמיד פון סטאניסלאװסקין׳ מגעדעלאװ׳ - װערט דער דאזיגער מארק געװיזען װי א באזונדער בילד׳ ניט אין זײן שטעהענדיגער לאגע׳ דורך דער בלויזער טויטער אויסמאלעכץ פון די דעקא־ ראציעס און אויסערליכע בוטאפאריען׳ נאר אין דער באװעג־ ליכקײט פון א מאסען־האנדלונג• און דאס דאזיגע פארביגע בילד פארכאפט אנטשידן דעם צוזעהער מיט זײנע׳ ביז צו די פײנםטע דעטאילען אויס־ גערעכנטען קינסטלערישץ טעמפ און ריטם• אין אט דער מאסען־סצענע׳ אין אט דעם מארק־המון׳ װאס באשטײט׳ צוליב דעם קלײנינקן שטח פון דער סצענע בסך־הכל פון א מענשן 9 אדער 10׳ איז ניטא קײן אײן ס ט א ט י ס ט• יעדער אקטיאר׳ יעדע אקטריסע אין דעם דאזיגן המון׳ איז א פאלקאם דורכ־ געטראכטע און פארענדיגטע סצענישע געשטאלט• און אטדערפארטאקע׳ װאס די דאזיגע קינטסלערישע סצע־ נישע פיגורן האבן זיך באװעגט אויף דער סצענע און ״געװירקט״ ניט צופעליג׳ נאר גלײך װי זײ װאלטן געפאלגט דעם ריטם פון א מוזיקאלישער פארטיטור׳ און יעדע װירקענדע פערזאן האט מיט אט דער פלאסטיק פון דער באװעגונג׳ מיט די טעאטראליזירטע זשעסטן׳ מיט׳ן קאסטױם׳ מיט׳ן גרים און נאר זעלטן־װען אויך מיט קורצינקע קלעפ פין אײנצעלנע פראזן׳ אויסגעפיהרט א געװיסע סצענישע אויפגאבע׳ - האט דער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.