Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 26

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 26 (sequence 32)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--160-9581444
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

און זײ זײנען אװעק מיט זײער א י י ג ע נ ע ם װעג. קודם כל האבן זײ זיך אזוי װי גאר אינגאנצן אבגעריסן פונ׳ם ״ביט״• אסך שרײבן דאס צו דער שפראף אויף װעלכער די ״הבימה״ שפיעלט• העברעאיש מיט זײן געהויבענער װארט־ פרעגונג איז כלומרשט ניט מסוגל סצעניש צו פארקערפערן די ערשײנונגן פונ׳ם װאכעדיגן לעבן• נאר דאס װערט לחלוטין אבגעלײקענט דורך דעם פרוב פון די ״סטודיען־ארבײטן״• אין ״פגע־רע״ רעדט ורדי מיט אזא אײנפאכעה עלעמענטאר־ װאכעדיגער שפראף אז אפטמאל װײזט זיך אויס• אז ער איז פארשטענדליך אפילו פאר יענער ײדענע׳ װאס אירע גאנצע קענטניש פון העברעאיש האט זי געשעפט פון די תחינות און פון ״צאינה וראינה״• נײן• דאס האט ניט צו טון מיט דער שפראך• װעלכע האט הײנט שוין דערװיזן איר בויגזאמקײט און דראטיגקײט• אנ־ געהויבן פון ביאליקס פאעטישע הויכקײטן ביז צום כלי־זײן פון א געװעהנליכן טאג־טעגליכן געשעפטס־שמועס• דער טעאטער גופא• אלס אזעלכעה אין דעם דאזיגן קינסטלערישן צונויפגאס זײנעם• און מחמת די אונבאװאוסטע פארבארגענע געזעצן פון דער שאפונג• - האט זיך אויסגעקלויבן צו גײן אויף׳ן װעג ניט פונ׳ם רעאליסטישן ביט• נאר פון א העלדן־ טעאטעה און דא דאכט זיך מיה זײנען אומזיסט אלע פרובן צו געפינען די אונמיטעלבארע סבות פון דער דאזיגער ערשײנונג• אין א ברײטערער היסטארישער בא־ לײכטונג קאן מען דאס מיט השערות דערקלערן דורך א גאנצע רײה פון פאקטף גענומען פון דער צײט• פונ׳ם ארט און פון דער סביבה• - אבער אונמיטעלבאה אזוי־צו־זאגן עמפיריש• האט די ״הבימה״ זיך געשטעלט אויף איר הײנטיגן װעג גענוי אזוי אומבאמערקט• אזוי װי דער פאעט• װאס נעמט זיך שרײבן גרויסע טראגעדיעס און ניט קײן קלײנינקע ער־ צעהלונגען פונ׳ם לעבן• דאס איז דער גרויסער סוד פון דער מענשליכער שאפונג• אברײסנדיג זיך פונ׳ם ״ביט״ איז די ״הבימה״ שוין דערמיט אלײן אװעק פונ׳ם גרונד־עלעמענט פונ׳ם נאטוראליסטישן טעאטער און פאר אירע סצענישע אויפגאבן האט זי געמוזט זוכן אנדערע פארמען• און די ״הבימה״ איז דא אװעק מיט׳ן ריכטיגן װעג• דער ״אײביגער ײד״ און דער ״דבוק״ - דאס זײנען די צװײ פיעסען/ אין װעלכע ס׳האט זיך אנטפלעקט דאס פנים• דאס אײגענע פנים פון דער ״הבימה׳/ אין זײץ גאנצער שײנקײט און פארביגקײט• אין די דאזיגע צװײ אויפפירונגן אבער זײנען סינטעטיש דורכגעפירט די בעסטע מיטלען און פארמען פונ׳ם אלטן נאטוראליסטישן און פונ׳ם נעא ־ רעאליסטישן טעאטער• סטאניסלאװסקיס גײסט שװעבט אהן ספק איבער די דאזיגע צװײ װאונדערליכע פארשטעלונגען• - אבער די פליגלען פון אט דעם גײסט האבן ניט פארמאגט צו דערדריקן מיט זײער פארנעם און מיט זײער געװיכט די ױנגע• אינדי־ װידועלע שפראצונגען פון דער טאלענטירטער ״הבימה״• באגײסטערט פון איר באליבטן לעהרער• זוכט זי אומבאמערקט אירע אײגענע װעגן/ פרובט זיך אנטפלעקן איר אײגן געזיכט• און װער װײסט• צי װעט ניט סטאניסלאװסקי אלײן אמאל זאגן מיט די װערטער פון יענעם תנא: הרבה למדתי מרבותי ומחברױ אבל מתלמידי ױתר מכולם• ז(א סך האב איך געלערנט דער מאסקװער קינסטלערישער טעאטער איז געװען״ קאן מען זאגן• דער גלענצענדסטער און פולסטער אויסדרוק פון די אידעען פון דעם נאטוראליסטישן טעאטער• עס האבן זיך אבער באװיזן א גאנצע פלעאדע געגנער צו אט דעם טעאטער צו די פרינציפן פון זײן אויפפירונג און צו יענעם באזונדערן טעמפ פון זײן שפיעלן• מיט װעלכע ער האט אין זײן ערשטן בליאסק גראד באצויבערט דעם צוזעהער־זאל• אצינד האט מען אים אנגעהויבן פארװארפן זײן הכנעה פאר׳ן ״אמת פונ׳ם לעבן״ בשעת די אויפגאבע פונ׳ם טעאטער איז גאר אויסצומאלן דעם ״אמת פון דער קונסט״• דער פראנט פון די געגנער צו סטאניסלאװקיס טעאטער האט זיך צעװארפן אויך א גאנץ ברײטן קרײז - פון מײער־ כאלד׳ס באדינגטן טעאטער• איבער דער אידעע פון גארדאן קרעגס מאריאנעטן־טעאטער און ביז װיאטשעסלאװ אױואנאװס זאמעל־טעאטער און טאאיראװס נײ־רעאליסטישן טעאטער• אט די אלע נײע שטרעמונגען זײנען אנטשטאנען אלס געזעצמעסיגע רעאקציע צו די פארמען פון אלטן נאטורא־ ליסטישן טעאטעה װעלכע האבן• אהן ספק• שוין אנגעהויבן אויסהויכן די נשמה זײערע- - און אין מאסקװע, צו יענער צײט< װאס פאלט צוזאמן מיט דער באלשעװיסטישער בהלה׳־ דיגער נאציאנאליזאציע פון אלע טעאטערען• האבן די סימ־ פאטיעס פון דעם נײעם נאך־רעװאלוציע־פובליקום זיך א נויג געגעבן צו טאאיראװס קאמער־טעאטער׳ װעלכער איז אינ־ גאנצן אויפגעבויט ניט אויף דעם א י נ ע ר ל י כ ן שפיל פונ׳ם שוישפילער׳ נאר אויף דער ״טעאטראליזירטער״ פארם פון דער אויסערליכער טעכניק פונ׳ם שפילן• דער טעאטער האט אװעקגענומען דעם צוזעהער פונ׳ם לעבן און אים ארײנגעפירט אין א װעלט פול װאונדערליכע פאנטאזיעס און מעשה׳לעך׳ - און דארט װאו ס׳האט שוין ניט געקלאפט דער לעבעדיגער דופק פון לעבן׳ איז אין דער ערשטער שורה געשטאנן דאס קאפריזע אויסטראכטעניש פונ׳ם׳ אין זײן שאפונגס־פליה לגמרי פונ׳ם לעבן ״באפרײטן״׳ אק־ טיאר און רעזשיסער• װאו זשע ליגט׳ אלזא׳ דער ״אמת״ פונ׳ם קינפטיגן ײדישן טעאטערי - צו אין די אלטע אויסגעפרובטע געבאטן פון מענינגשען טעאטער׳ װעלכע ס׳האט איבערגענומען און געניאל דערפירט צו׳ן א גאנצן הארמאנישן סיסטעם דער מאסקװער קינסטלערישער טעאטער׳ צו אין יענע דרײסטע׳ אפטמאל עזות׳דיגע פרובן פונ׳ם ױנגן׳ טאלענטפולן אלעק־ סאנדר טאאיראװ (קארנבליט)? אדער אפשר זײנען דעם ײדישן טעאטער אנגעצײכנט גאר נײע׳ זײנע אײגענע װעגך און די ״הבימה״ דארף עס אנטדעקן איר אײגענעם ״אמת״ אויף׳ן װעג פון שאפונגס־זוכענישן? אויפקלערן אט די באאומרוהיגענדע און דריקענדע ספקות איז געװען אונגלויבליך שװער• אײנס מוז מען אבער שוין איצט׳ נאך אלעמעך זאגך אלס איבריגן שבח פאר צמח׳ן און זײן ״הבימה״: די דאזיגע שװערע קינסטלעריש־קולטורעלע אויפגאבע האבן זײ געלעזט ניט מיט צוגעטראכטע טרוקענע פארמעלך ניט מיט טויטע סכעמעס׳ נאר אין ברען פון קינסט־ לערישער ארבײט׳ אין װאכעדיגן פון דער טאג־טעגליכער ארבײט׳ אין אפפערדיגער ליבשאפט צו דער זאך׳ װאס איר צו דיענען זײנען זײ פונ׳ם גורל באשטימט געװארן•

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.