Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 25

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 25 (sequence 31)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--159-9581443
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

די אײגענטליכע טעאטער־ארבײט- דאס װירקליכע זוכען נאך דער פארם און אינהאלט פון ײדישן טעאטער הײבט זיך אן ערשט נאך אט די ערשטע באװײזן פון די סטודיען־ ארבייטן. באקומענדיג מיט רעכט אמונה אין די אײגענע כחות און אנצינדנדיג זיך מיט יענעם פײער פון קינסטלערישער שאפונג- װעלכעס באלײכט פון דעמאלט אן אונאויפהערליך דעם אײביגע פילאזאפישע פראבלעמעך אזוי קאן ניט א אקטיאר־ אנפאנגעה א אקטיאר־אמאטער באנעמן די װײטע װעגן פונ׳ם נײעם ײדישן קינסטלערישן טעאטער• די ״הבימה״ האט נאר באװיזן די רעזולטאטן פון איר ערשטן ארבײטס־יאר• זײער מהות באשטײט אין דעם• אז אונטער דער אנפיהרונג פונ׳ם טאלענטפולן װאכטאנגאװ נ• צמח אין דער ראל פון ״װאנדערער״ אין פינסקים דראמא ״אײביגר ייד״׳ אויפגעפירט אין דעם מאסקװער העברעישען טעאטער ״הבימה״. ."^ו£^ 0א££1סא^0י 1£לז״ א1 "££££סא^0י״ 15/ .^1010500 ."19/!8110\/9״ £?71^1£־71 07י9£8££ שװערן און שטאכעלדיגן װעג פון אט דעם ױנגען טעאטעה - איז די ״הבימה״׳ פארטזעצענדיג איר שטודױם פון דער טעאטרא־ לישער ״װיסענשאפט׳/ ארײגציהענדיג אלעמאל אין קרײז פון איר איניציאטױוע אלץ נײע און נײע ױנגע קרעפטן׳ אין דער זעלבער צײט שטײן געבליבן פאר דער ערנסטעםטיגר פראגע׳ - מיט װעלכן װעג זאל מען גײן צו דעם אנגעצײכנטען ציעל? צװײ גרונד־ריכטונגן האבן אין מאסקװע דעמאלט ארומ־ געשטריטן צװישן זיך אין דער טעאטער־קוגסט• האבן די פעהיגע סטודיאנטן פון דער ״הבימה״ זיך אײנגע־ אײגענט א סיםטעם און א מעטאדע פון ריכטיגער ארבײט אויף׳ן געביעט פון דער טעאטער־קונסט• די ארבײט איבער דעם אינערליכן איבערלעבן פונ׳ם סצענישן מאטע־ ריאל איז געגאנגן פאראלעל מיט׳ן אויסלערנן און אײנאײגנען די אויסערליכע טעכניק׳ אין װעלכער אלײן עס איז פארבארגן דאס ערבות צו געפינן די ריכטיגע קינסטלערישע פארם^פאר דער טעאטראלישער האנדלונג•

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.