Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 24 (sequence 30)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--158-9581442- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פון אן אמת׳ער טראגעדיע• לאנגזאם׳ אבער געזעצמעסיג, אנטװיקעלט זיך פארן צוזעהר די טראגעדיע פון לײדענפולע איבערלעבונגען פון א ױנגען פרויען־הארץ אין דער סביבה פונ׳ם אלטען ײדישען לעבן♦ דער װאונדערליכער מעטאלישער קלאנג פון דער ױנגער ארטיסטין׳ס שטים װאקסט אינאײנעם מיט דער כװאליע פון אירע נשמה־לײדן און יסורים• און בשעת עס פארכאפט זי די איגערליכע פארװירונג׳ װאו אין א אנגעשטרענגטן קאמף צװישן דער אונטערטעניגקײט פונ׳ם פרויען־גורל און א דראנג פון שטירמישער ױנגער תאוה׳ װעלכער באשײנט מיט אמאל איר נשמה׳ איז גובר דער לעצטער און גיסט זיך אויס אין א קוש פון צװײ ליעבענדע הערצער׳ חנה און דוד׳ - זײנען שוין ניט נײטיג געװען קײנע אויסערליכע סצענישע עפעקטן׳ װעלכע האבן געדארפט אויסמאלן א שרפה הינטער די קוליסן׳ כדי מיר זאלן דערשפירן מיט׳ן גאנצן געפיהל פון קראפט און שײנהײט׳ אז דא האט זיך אנגעצונדן א מענש־ ליך הארץ און אט װעט עס פארקויהלט װערן• צום לעצט זײנען געגאנגן די פיעסן ״החמה״ (די זון) און ״פגע־רע״• אין זײ זײנען אויסגעפראבירט געװארן די איבריגע קרעפטן פוג׳ם קאלעקטױו און זײערע פעהיגקײטן• אויך דא פארבלײבט אויף אײביג די געשטאלט פון דעם פגע־רע׳ װעלכע ס׳האט געשאפען דער װאונדערליכער טאלענט פון ורדי• אט דער אקטיאר פון גאט׳ס גענאד שפילט׳ װי אן אמתער מײסטער־באשאפער׳ די דאזיגע דורכאויס קאמישע ראל מיט עפיס א באזונדערן אינעװײניגסטן חוש׳ װאס נאר זײן טאלאנט װײסט פון אים דעם סוד• גלײך װי זיך אלײן שפיעלט ער• ער װערט איגגאנצן מגולגל אין דער געשטאלט׳ װעלכע ער שאפט יעדעס מאל פון ס׳נײ• די קלאנגען פון דער העברעאישער שפראך׳ װאס גיסען זיך אראפ פון דער סצענע, זײנען ניט יעדן אין זאל פאר־ שטענדליך. אבער ם׳איז ניטא קײן אײנציגע באװעגונג׳ קײן אײגציגער זשעסט׳ װאס זאל ניט זײן בארעכטיגט׳ װאס זאל פאר אײך ניט זײן איבערצײגענד• אט דאס איז געװען דער ערשטער פרוב־באװײז פון דער ״הבימה״. אויף די דאזיגע סטודיען־ארבײטן האט מען ניט אנדערש געקאנט קוקן װי אויף עקזאמען־ספעקטאקלן פון דער ״הבימה־סטודיע״. און דער עקזאמען איז אויסגעהאלטן געװארן גלענצענד. די אויפגאבע פונ׳ם ״אװנט פון די סטודיען־ארבײטן״ איז גאר ניט באשטאנען אין דעם- טאקװ שוין אויף׳ן ארט ״מעלדען דער װעלט״ א נײ װארט אין דער טעאטער־קונסט• דער פארדיענסט פון ״הבימה״ אין דער דאזיגער צוגרײטונגסצײט פון איר ארבײט. באשטײט גראד אין דעם. װאס זי האט צײט־ װײליג זיך אבגעזאגט פון אירע אײגענע זוכונגען נאך די װעגן פון א טעאטער פון רעאלער שאפונג, און אלע אירע קרעפטן און פעהיגקײטן אבגעגעבן אויף אויסצולערנען די מ ע ט א ד ע ן און די מ י ט ל ע ן צום אויפבוי פון קומעדיגן ײדישן טעאטער• די ״הבימה״ האט געלערנט. זי האט די ערשטע בא אונז באגריפך אז פונקט אזוי װי אויף׳ן געביעט פון װיסנשאפטליכן דענקען װאלט לעכערליך געװען״ אז א גימנאזיסט זאל זיך פארנעמען מיט דער לעזונג פון די שלום אש׳ס ״עלטערע שװעסטער״ - איז די סימבאליק פון דער געגנזעצליכקײט צװישן דעם בליהענדען פריהלינג און אבגעװעלקטן הערבםט׳ צװישן דעם שטירמיש־פרײדיגן װאקסן פון א אנהײבענדיגער ױגענד (יולקע - אביבית) נעבן אויסלעשענדע און אריבערגעהנדע יארען פון ראמען (די ראלען װערן דובלירט פון עליאס און שפרה׳ פריהער: פון סטאראבינעץ)׳ װעלכע הערט פונדעסטװעגן ניט אויף צו טרוימען װעגן גליק• װי דײטליך׳ װי בולט איז זי אויסגעמאלט געװארן דורך די םטודיאנטען פון דער ״הבימה״י די מוטער װערט געשפיעלט דורך ראװינא• װי אויסגעטאקט זי שטעלט דאס פאר אט די שײנע ײדישע מאמע׳ װעמעס נשמה איז פארפילט מיט אפפערדיגער ליבע צו בײדע טעכטער׳ אין װעמעס הארץ אבער די ליבע און די לײדן זוכן א שלום מיט דער עדלער מיטערליכער פליכט• װײטער גײען דרײ קלענערע עפיזאדישע ראלען׳ - די שדכנטע (תמימה)׳ ױדיל (גנעסין אדער הורעװיטש) און שפרינצע (גראבער אדער הענדלער)• מיט בליאסקדיגע׳ זאפטיגע שמירען האבן זײ׳ די שטירמישע ױנגע טאלענטן׳ אנגעװארפן א בילד׳ ניט אזוי מיט די װערטער װי מיט דער דינאמיק פון דער האנדלונג׳ פון אונזער קלײנ־ שטעטילדיגן אײנפאכן און סקוטשנעם לעבן׳ אין א װינטער׳ װען די װעגן זײנען מיט שנײ פארשיט׳ פון דעם פריץ׳ װאס הערשט נאך אלץ איבערן שטעטיל װי א מיטעלאלטערליכער דוכס׳ פון דער שדכנטע׳ אט דער אײנציגער שטראל פון עפיס פרײד״ צי נײגעריגקײט׳ װאס רײסט דורך די דאזיגע לופט פון פארגלױוערטן לעבן. ״ס׳ברענט״ - אין אט דעם אביסל סטיליזירטן פרץ׳שען בילד פון א ײדישער פרוי פון א ארטאדאקס־חםידישער סביבה׳ האבן צמח און אביבית׳ װעלכע פיהרן דארט די הױפטראלן׳ אנטפלעקט ניט נאר דעם בליאסק און פארביגקײט פון זײער באגאבונג׳ נאר זײ האבן באװיזן הויפטזעכליך די אײנ־ געטראכטקײט און ערנסטהאפטיגקײט׳ מיט װעלכע מ׳דארף צוגײן צום לעזען פון אפילו דער קלענסטער סצענישער אויפגאבע• ם׳איז גענוג צו דערמאנען כאטש בלויז צמח׳ס גרים׳ אדער סצענישע מאסקע׳ בשעת זי אנטפלעקט זיך פארן צוזעהער׳ װען דער פארהאנג הויבט זיך אויף• דא זײנען די װערטער שוין ניט נײטיג• די פלאסטיק פון די באװעגונגען און פון דער שטימע׳ אלע מיט ליבשאפט באארבײטע קלײניג־ קײטן אינ׳ם זשעסט׳ אין דעם אונטערזונגען׳ אין די לאסקעדיגע רמזים צום ױנגן - בײ אים שוין די פיערטע - װײבעל - אט דאס אלעס איז עפיס מעהר װי א בלויזע קאפיע פון דער נאטור׳ װי א פאטאגראפיע פונ׳ם לעבן• דאס איז שוין א באשטימטער קינסטלערישער אויפטהו׳ א אידעע׳ פארפלײשט אין א פארענדיגטער קינסטלערישער געשטאלט• שושנה אביבית אין דער ראל פון חנה• די דאזיגע ראל האט דער מחבר אויפגעשטעלט אויף דעם ריס אין דער פײנפיהליגער נשמה פון א פרוי׳ אויף דעם טראגישן צוזאמענשטויס צװישן דעם געבאט פונ׳ם מאראלישן חוב פון דער פרוי צו׳ן איר מאן און די אלץ נאך ניט אויסלעשענדע פונקען פון רײנער ליעבע צו דוד׳ן• די צײכנונג״ װעלכע אביבית האט געגעבן דער דאזיגער ראל׳ הויבט אויף׳ סײ מיט׳ן ריטם פון די אויסערליכע באװעגונגען׳ סײ מיט דער ״ענערגיע״ פון די אינערליכע איבערלעבונגען׳ דעם גאנצען פרץ׳שען עטױד צו דער הויך