Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 23

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 23 (sequence 29)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--157-9581441
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אויסגעבויט װערן גראד אין מאםקװע״ אין מיטן דעם כאאס פון צעשטערונג, אין א לאגע פון מוראדיגסטער מאטעריא־ לישער נויט? װי אזױ האט געקאנט אט דער נס גע־ שעהןי - אויף די דאזיגע פראגן קאן געגעבן װערן נאר יענער ענפער- װאס װערט געגעבן אויף דער פראגע: - פאר װאס לײכט די זוף פאר װאם איז פריה־ לינג געקומען״ פאר װאס שמעקן די רויזןי - דער סוד פון דער ״הבימה״ ליגט אין דעם אונערשעפליכן און אונערקלער־ ליכן װילען פון מענשן צו שאפן, און אויך אין דעם- פון אונז אלע דורכגעלעבטן אנגעשטרענגטן שטרעבן צו שאפן פאר זיך אײגענע קינסטלערישע פארמען, אין װעלכערס אטמאספער עס האט געמוזט ערשײנעןאויך א ײדישערקינסטלערישער טעאטער• דעם 8־טען אקטאבר 1918 האט זיך׳ אין א קלײנעם הײמישן זאל׳ אין אײנעם פון די אלטמאדישע הויפן פון דער אלט־אדעליגער מאסקװע׳ אויפגעהויבן דער פארהאנג איבער א קלײנינקער סצענע פון דער ״הבימה־סטודיע״׳ א ניט גרויםעס טעאטראליש ברעטעל איז נאך ביז הײנט ניט מיט קײן ראמפע אבגעטײלט פונ׳ם צוזעהער־זאל, און אט די אויסערליכע צונויפגיסונג פון דער סצענע מיטן זאל האט אזוי װי סימבאליזירט די שאפונגס־צונויפגיסונג צװישן אקטיאר און צוזעהער• ״א אװענד פון סטודיען־ארבײט״ (נשף בראשית) אזוי האט מען אנגערופן אט די ערשטע כחות־פרוב פון דעם ײנגען טעאטער• די פיער אײנאקטערס (אש׳ס ״די עלטערע שװעסטער״? פרץ׳ס ״ס׳ברענט״? קאצענעלסאן׳ס ״החמה״ און בערקאװיטש׳ס ״פגע רע״)׳ װעלכע מ׳האט דא דעם פובליקום באװיזן׳ האבן געזאלט אילוסטרירן ניט אזוי פיל די אײגנ־ טימליכע װעגן פון דעם דאזיגן טעאטער׳ װי זײן שוישפילער־ מאטעריאל און די אין אים באהאלטענע קינסטלערישע פאטענצען• די זאכן זײנען געשטעלט געװארן פון װאכטאנגאװען אין די געװעהנליכע טשעכאװישע טענער פונ׳ם מאסקװער קינסטלערישן טעאטער און פון דער זײט האבן זײ באם גע־ װאוינטן מאסקװער טעאטער־באזוכער ניט געקאנט ארױסרופן ניט קײן באזונדער פארװאונדערונג און ניט קײן בא־ גײסטערונג• אבער פאר אונז ײדן׳ װאס מיר חלומען שוין לאנג װעגן א ײדישן קינסטלערישן טעאטער׳ איז דער דאזיגער ״אװענד פון סטודיען־ארבײטן״ געװען אן אמת׳ע אנטפלעקונג און פאר יעדן פון אונז א ריכטיגער קונסט־ױם־טוב• יאגעװיס׳ - קיין שום״נײעװעגן״ידיזעלבעטשעכאװשטשינע אויף דערסצענע׳ אלטבאקאנטע ״איבערלעבונגען״׳ שטימונגען״׳ יענע האלב־טענער פון טשעכאװס ״װײנשעל גארטען״ און ״דרײ שװעסטער״ - אבער װאסער א פיליגראנע געשטיקטע בא־ ארבײטונג׳ װאס פאר א עדלע אינערליכע און אויסערליכע טעכניק׳ װעלכער אמתדיג מוזיקאלישער ריטם׳ װאס פאר א געטליכע באגײסטערונג הערשט איבער אט דער קלײנינקער סצענע, און מיט װעלכן געטליכן פײעי ברענען בײ זײ די הערצער און עס פינקלען די אויגן! די ״הבימה״ איז געװען בא אונז די ערשטע, װאס האט דאס פארשטאנען• איר גרינדער און פלאמענדער באגײסטערער, צמח׳ן, איז געלונגען פון אנהויב־אן - אין די יארן 18־1917 - זיך ארומצורינגלן ניט נאר מיט א טאלענטירטער ױגענד, נאר אויך מיט אזעלכע, װאס האבן אינערליך געפלאקערט מיט אן אמת׳ן און ניט־פארלעשליכן שאפונגס־ברען• אביבית, גראבער׳ ראװינא, סטאראבינעץ און עליאס? ורדי, גנעסין, גורעװיטש און צמח - דאם זײנען דאך מענשן ניט נאר מיט טעאטראלישן ״בארוף״• זײ זײנען געקומען צו דער ״הבימה״ שוין מיט א געװיסער ערפאהרונג און אײגיגע אפילו מיט עפיס־װאס א נאמען*). אין דער ״הבימה״ אבער האבן זײ אנגעהויבן ניט ש פ י ע ל ן, נאר ל ע ר נ ע ן זיך װי אזוי קינסט־ לעריש צו שאפץ אוץ מײסטערהאפט צו ארבײטן• די ״הבימה״ - פלעגט ניט אײנמאל צמח זאגן, - איז נאך ניט דער טעאטער פון הײנט, זי איז ערשט א בית־מדרש, א שולע פאר דער ײדישער סצענישער קונסט און דער טעאטער פון מארגן״. מאסקװע האט באגײסטערט אט די אפפערװיליגע קעמפפער פאר א נאציאנאלן ײדישן טעאטער. די שטאדט װאו די גלענצענדע טראדיציעס פוץ ״שטשעפקינס הויז״ (דאס קלײגע טעאטער) האבן מגדל געװען סטאניסלאװסקיס ״קינםטלערישן טעאטער״, װעלכער האט די סצענישע קונסט דערהויבן צו די העכסטע שפיצן פונ׳ם מענשליכן קינסטלערישן שאפן, - דאם מאסקװע, װאו אין די סאמע אומרוהיגע יארן פונ׳ם בירגערקריעג און דעספאטיע־הערשאפט האט ניט אויפגעהערט צו פלאקערן דאם פײער פון שאפונגס־זוכעגיש נאך נײע טעאטראלישע פארמען, - אײנער פון די טרעגערס זײערע איז, אגב, געװען אויך דער לעהרער און רעזשיסער פון ״הבימה״, דער טאלענטפולער תלמיד פון סטאניסלאװסקי׳ן• דער הײנט שוין זעליגער װאכטאנגאװ, - אין דעם דאזיגן מאםקװע, און דוקא דא, האט געקאנט אװעקגעלעגט װערן דער פונדאמענט פאר׳ן קינפטיגן ײדישן קונסט־טעאטער• דער בוי פון ״הבימה״ האט זיך אנגעהױבן• די פון גאט באגײםטערטע ערשטע מוירער האבן זיך אויסגעקלויבן אלס ערשטן ארכיטעקטאר דעם אומפארגעסליכן װאכטאנגאװ. דער שיקזאל אלײן האט א שמײכל געטון צו דער ״הבימה״. אין װאכטאנגאװען האבן זײ באקומען א רבי׳ן און א רעזשיסער פאר װעלכן דאס לעבן איז געװען א קונסט און די קונסט - דאם לעבן. אין ענגער געגנזײטיגער מיטארבײט, ברענענדיג מיט א הײליג פײער פון ליבע צו דער ײדישער קונסט, האבן די כהנים פון דער ״הבימה״ אנגעהויבן זײער בײשפיללאזן דיענסט פאר׳ץ מזבח פונ׳ם ײדישן טעאטאר• און איצט איז דער דאזיגער טעאטער אויסגעבויט• װי אזוי איז ער אנטשטאנען? װי אזוי האט געקאנט אט דער װאונדער־ ליכער טעמפל פון קונסט, װאס מיט זײן שפיץ דערלאנגט ער ביז צו דער הויך פון די הימלען/ װי אזוי האט ער געקאנט *) איך מײן דא די פארמאסקװישע צײט פון דער ״הבימה״, די צײט פון אמאטער־פארשטעלונגן אויף העברעאיש, װעלכע צמח האט פאראנשטאלטעט מיט דער באטייליגונג פון אייניגע איצטיגע ״הבימיםטך נאך פאר דער מלחמה אין ביאליסטאק, װילנא, אדעס און אפילו װיען. די דאזיגע צײט נעמען מיר גאר ניט אין באטראכט אין דיעזער אבהאנדלונג• 23

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.