Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 22 (sequence 28)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--156-9581440- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
שײנקײט און דערהאבנקײט פון דער טעאטער־קונסט. מ׳קאן אפילו ניט פארשטײן דעם װערטער־מאטעריאל. מיט װעלכן ס׳באנוצט זיך די שאפענדע פערזענליכקײט פונ׳ם אקטיאר- מ׳קאן מיט א רעטזעלהאפטן שמײכל ארומקוקן דאס אמאל ״ניט־פארשטענדליכע״ געמעלעכץ פון דער דעקאראציע און פונ׳ם קאסטיום. — אויב אבער נאר דער ספעקטאקל גייט דורך אין א ריטמישן צונויפגאס פון אלע עלעמענטן פון דער פארשטעלונג. - איז דער צוזעהער פארכאפט פון יענער עסטע־ טישער באפרידיגונג. װעלכע עס גיט א אמת׳דיג קונסטװערק. די נאר װאס סומירטע געדאנקן זאגן עדות װי קאמפליצירט און ערנסט ס׳איז די טעאטער־קונסט• דער גרונד־צװעק פון דער אקטיארישער האנדלונג - צו געבן א פארענדיגטע קינסט־ לערישע געשטאלט- זי געבן טאקי אט דא. פאר די אויגן פונ׳ם פובליקום - װערט דערגרײכט דורך א רײה אינערליכע און אויסערליכע צופאסונגען. װי געניאל ס׳זאל ניט זײן דער אקטיאה איז ער - דאס דארף מען געדענקען - בארויבט פון יענער ״פרײהײט״ פון פערזענליכער שאפונג. װעלכע ס׳פארמאגט דער קינסטלער פון װארט און פון פינזל. זײן שאפונגס־פרײהײט איז משועבד צום ריטם פונ׳ם גאנצך ער איזגעבונדןניט בלויז דורך׳ן סצענישן קאלעקטױװ נאראויךדורך דער קינסטלערישער אטמאספער פונ׳ם טעאטראלישן ברעטל. ס׳איז לחלוטן קלאר- - צו לעזן אזא קאמפליצירטע און שװערע קינסטלערישע אויפגאבע איז ניט גענוג בלויז דער שוישפיעלערישער ״בארוף׳/ פונקט װי עס איז ניט גענוג נאר די פעהיגקײט אינערליך ״איבערצולעבן די ראלע׳/ כדי צו געבן א פארענדיגטע טעאטראלע געשטאלט• ס׳איז נאך נײטיג דערצו א פארעקשנטע און סיסטעמאטישע ארבײט. יעדע סצענישע אויפגאבע װערט געלעזט ניט בלויז דורך׳ן אינע־ װײניגסטן איבערלעבך נאר הויפטזעכליך דורך דער אויסער־ ליכער קינסטלערישער פ א ר ם / און דיעזע װערט דערגרײכט דורך דער צופאסונגס־טעכניק פונ׳ם גאנצן שוישפיעלערישן מאטעריאל* ד• ה• זײן גוף- זײנע מוסקעל־באװעגונגעך זײן קונסט צו גײך לויפן און אפילו שפרינגן אויף דער סצענע״ ענדליך זײן שטימע- זײן אויסשפראך א. א. װ. איז אונזער ײדישער טעאטער אמאל צוגעגאנגן צו דער לעזונג פון אט דער אויפגאבע אט אויף אזא אופןי דרײסט קאן מען זאגן: נײן! שפיעלן טעאטעו/ שטעלן ספעקטאקלך און ניט בלויז אײגאקטיגע װאדעװילן/ נאר די ערנסטסטע מאנו־ מענטאלע פיעסך װי״אוריאל אקאסטא׳/ ״גאט פון נקמה״ א.הגל• האט זיך גערעכנט בא אונז אלס א זאך׳ װאס איז צוגענגליך פאר יעדך װער נאר ס׳האט מוט און אביסל פעהיגקײט. אין פלוג איז דאכט זיך׳ קלאר: - יארן דארף מען האבן כדי בײצוקומען די טעכנישע קענטנישן פון װעלכער ם׳ניט איז מלאכה׳ יארן זײנען נײטיג׳ כדי צוצופאסן די פעהיגקײטן און אפילו אײנגעבוירענעם טאלענט׳ צום װיסענשאפטליכן דענקען און ארבײטן. - אבער שפיעלן אויף דער סצענע- לעזן די׳ פון קונסטשטאנדפונקט׳ סאמע קאמפליצירטע אויפ־ גאבך דאם קאן מען באלה אהן שום הכנות. אבי נאר דורכ־ געמאכט עטליכע רעפעטיציעס און אויסגעלערנט אויף אויסנ־ װײניג דעם גאנצן װערטער־מאטעריאל! פארן טעאטער מוז דעריבעה לויטץ עצם פון זײן נאטוה פרעמד זײן די אײנטײלונג אין ״העלדן״ און ״מאסע׳/ אויף ״ליבלינגען פון פובליקום״־גאסטראליארן און ״מיטפיעלענדע״ סצענישע מאסע• דער טעאטער איז א קאלעקטױוער קינסטלער און זײן אויפגאבע און זײן בארוף איז טאקי אט דאס האר־ מאנישע צונויפפאסן פון דער שאפענדער האנדלונג פונ׳ם קאלעקטױו אינגאנצן און פון יעדן אקטיאר באזונדעה א צװײטע אײגנטימליכקײט פונ׳ם טעאטער באשטײט אין דעה װאס דער שאפעגדער אקטיאר איז לחלוטין ניט אפגע־ טײלט פון דער סצענישער געשטאלט׳ װעלכע ער שאפט• אין יעדער אנדערער קונסט׳ - אין דער פלאסטישער און אין דער װערטליכער באזונדערה - געפינען זיך דאס מאטעריאל פונ׳ם קינסטלער - די פארבן׳ דער לײנװאנה דאס װארט און דער אויסדרוק - װי אויך דאס געצײג פונ׳ם שאפן - דער פינזל׳ דער מאלבער א• א• װ• - א ו י ס ע ר דער שא־ פענדער פערזענליכקײט• דאס אלעס ליגט פ א ר ן שאפעה ער קאן אױסקלײבך נאכזוכן דעם אדער אן אנדערן מאטעריאל׳ זיך באנוצן מיט דעם אדער מיט׳ן אנדערן געצײג׳ און נאך דעם װי דער שאפונגס־פראצעס איז פארענדיגט׳ איז דאס געשאפענע װערק אויסערליך -אינגאנצן אבגעטײלט פונ׳ם אויטאה װעלכער פארװאנדעלט זיך׳ גלײך מיט אנדערע אין א זײטיגן צוזעהעה אדער לעזעה און קאן אויף זײן שטײגער קריטיקירן און אבשאצן דאס געשאפענע װערק. אין דער קונסט פונ׳ם אקטיאר אבער ליגן אי די שאפענדע פערזענ־ ליכקײט• אי דער מאטעריאל - דער גוף פונ׳ם אקטיאר - אי דאס געצײג - די באװעגונג פון די מוסקולן׳ דאס ציטערן פון דער שטימע - אי דער עצם פונ׳ם געשאפענעם קונסט־ װערק - די אויפגעפירטע סצענישע געשטאלט - אין אײן און דעם זעלבן אביעקט• דערצו קומט פאר די גאנצע שאפונגס־ ארבײט באם פובליקום פאר די אויגן. װיפיעל מ׳זאל ניט מאכן רעפעטיציעה מוז דער אקטיאר באם שפיעלן יעדעס מאל פון ם׳נײ עמאציאנעל דורכגײן דעם גאנצן קרײז פונ׳ם שאפונגס־פראצעה באנוצענדיג כסדר דעם זעלבן מא־ טעריאל און דאס זעלבע געצײג. אין געגנזאץ צום פלאסטי־ שען קינסטלעה קאן דער אקטיאר ניט אנקוקן זײן װערק פון דער זײט׳ און קאנטראלירן עס קאן ער נאר מיט עפיס א אינ־ װעניגסטן זעה־חוש׳ - װעלכעס איז׳ לויט דעם טרעפליכן אויסדרוק פונ׳ם רעזשיסער פון מאסקװער קאמער־טעאטער א. טאאיראװ׳ ״דער צװײטער שאפענדער <<איך>>׳ דער ״רואה ואינו נראה״. א צװײטע אײגנטימליכקײט פון דער טעאטערקונסט איז זײן ס י ג ט ע ט י ז ם. דאס פונ׳ם אקטיאר געשאפענע בילד מוז הארמאניש זיך צונויפגיסן מיט דער פארב פון דער דע־ קאראציע׳ מיט דער גאנצער סצענישער לופט פון אט דעם קלײנעם טרעפל׳ אויף װעלכן ס׳קומט פאר דאס שפיל׳ מיט׳ן קאסטױם׳ װעלכער איז א װעזענטליכער אויםדרוק פון דער געשאפענער געשטאלט׳ און ענדליך׳ מיט דער מוזיקאלישער צײכנונג פון דער גאגצער פיעסע. דער דאזיגער עלעמענט פון דער טעאטערקונםט אנטפלעקט יענע נאטור זײנע׳ װעלכע באשטײט אין דער ריטמישקײט פון דער סצענישער האנד־ לונג. דער ריטם איז די נשמה פונ׳ם טעאטער׳ אין א ריכטיגן און אמת קינסטלערישן ריטם ליגט דער שליסל צו דער 22