Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 21 (sequence 27)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--155-9581439- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פון דער סעריע: יידישע גראפיק■ נתן אלטמאן• 1914. •פון דער רוסישער קונםטאױםשטעלונג אין בערלין ££0\1 111£ 5££1£5 9! .1914 .׳ײדא1£\\<א0£ 15£1׳גו£;״^X11^19 ^8X1^19. ££0\1 711£ £.ט8£££1 .א0דמ£118^£ £££ א\<551ט די מאסקורער ״הבימה״• בשעת אנדערע ײדישע טעאטערן> צום בײשפיל די ״װילנער טרופע׳/ װעלכע צײכענט זיך געװיס אויס מיט א געװיסן גראד פון קינסטלערישער אויספירונג׳ זײנען אריבער װי גע־ װעהנליכע קולטור־ערשײנונגן׳ ניט דערװעקנדיג קײן בא־ זונדערע אויפרעגונג און ניט ארויסרופנדיג אפילו קײן איבריגן דערהויבענעם אינטערעס? ענפערן אויף אט דער פראגע׳ הײסט: עפענען די נשמה־ באהעלטענישן פון דער ״הבימה״׳ דעם סוד פון אירע קינםט־ לערישע זוכענישן און דאס בוך פון איר גורל. אויף דעם נעם איך מיך ניט אונטער• װי נאהנט איך בין געװען צו דער ״הבימה״׳ האב איך פארט געקאנט נאר זיך צוקוקן צו׳ן איר פון דער זײט׳ װי א געװענליכער טעאטראלער צוזעהער און אין בעסטן פאל װי א טעאטראלער קונסטקריטיקער• און נאר אלס אזעלכער װאלט איך געװאלט אין אט דעם ארטיקל זיך אפשטעלן אויף די אויפגעװארפענע פראגן• איך מוז אבער מאכן עטליכע באמערקונגן פון אלגע־ מײנער נאטור• די טעאטערקונסט האט אין זיך פאלגענדע גרונדאײגנשאפטן• דער טעאטער איז די קונסט פון האנדלען׳ װעמעס טרעגער ס׳איז - דער קאלעקטױו־האנדלענדער אקטיאר. דערמיט װיל איך ניט זאגן׳ אז די שאפונג פונ׳ם אינדױוידועלן אקטיאר איז פאר׳ן טעאטער א קלענערער קונסט־פאקטאר. פארקערט׳ דאס װעזן פון דער טעאטראלער האנדלונג באשטײט גראד אין א סינטעטישער אנטפלעקונג און קאארדינירונג פונ׳ם קינסטלערישן ״איך״ פונ׳ם אקטיאר מיט דער געמײנזאמער האנדלונג פונ׳ם קאלעקטױו• פון שטודיען־ארבײטן׳ דורך ״היהודי הנצחי״ (אײביגער ײד) ביז צום ״דבוק״; פון דער ערשטער קוים־געװאגטער כחות־כרוב אין אײן־אקטיגע דראמאטישע עטױדן פונ׳ם לעבן׳ ביז צו אן ארגאנישער אנטפלעקונג אין אמת קינסטלערישע געשטאלטן פון יענעם ״אײביג ײדישן״׳ װאס האט זיך ביזהער באהאלטן אויף די טעאטער־ברעטליך הינטער סטיליזירטע מאסקעס פון׳ פאר אונזער נשמה און אונזער היסטארישן אמת פרעמדע געשטאלטן׳ - אט דאם איז דער פיער־יעהריגער סך־הכל פון דער ״הבימה״ס קונסט־דערגרײכונגען• איר נצחון־װעג איז אנערקענט פון אלעמען׳ פון אײגענע און פרעמדע׳ פון פרײנט און שונאים• װי א גלײכע איז זי דערהויבן געװארן דורך די מײסטערס און זשעניען פון דער רוסישער סצענע צום שפיץ פונ׳ם רוס־ לענדישן טעאטער־פארנאס - דורך גארקין און שאלאפינען׳ סטאניסלאװםקין און טאאיראװען און אנדערע• אירע פארדינסטן פאר דער טעאטער־קונסט זײנען אײנ־ געשעצט געװארן׳ אירע גרויסע דערגרײכונגען זײנען אויפ־ גענומען געװארן מיט באװאונדערונג און באגײססטערונג. בײ אונז אבער איז די ״הבימה״ ארײן אין בלוט און פלײש פון אונזער נאציאנאל־קולטורעלן באװאוסטזײן׳ מיר האבן זי צוגעלעגט צו אונזערע בעסטע קינסטלערישע װערטן און מיר זײנען פארפילט מיט גדלות פאר איר׳ אזוי װי פאר אײגענם׳ נאהנטעס. אין װאס באשטײט דער סוד פון אט דער באגײםטערונג? פאר װאס האט די ״הבימה״ פארמאגט אזוי ״לײכט״׳ אין משך פון בסך־הכל 4 יאר׳ אבצוהאלטן אזא ניט־צװײפלהאפטן נצחון׳