Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 15 (sequence 21)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--149-9581433- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דײטענדסטער און כאראקטעריסטישסטער פארשטעהער פון אזא מין קונסט־אויפפאסונג איז מארק שאגאל• ער איז אפשר אויך דער אײנציגער קינסטלער׳ װעמען ס׳איז װירקליך געלונגען צװײ גאנץ פארשײדענע װעלטן אין א גאנצקײט צו ארגאניזירען• אין זײנע װערק שװימען דאך דײטליך ארויס די פארמאלע עלעמענטען׳ פון װעלכע די דאזיגע װערק זײנען אנטשטאנען: דער רוסישער לובאק׳ דאס אלט־ײדישע װאנט־מאלערײ און דער קוביזם• א דאנק אבער זײן איבער־ נאציאנאלן׳ איבער ־ פערזענליכן (אחוץ זײן שטארקע אינדױוידואליטעט) כ׳װעל זאגען: קאסמישן ארט פון קונסט־ אנשויאונג׳ איז אים געלונגען אויפצוהויבן זיך הויך איבער דעם פארמאלען פארטיקולאריזם און אין זײן אײגענער׳ מעטאפיזישער װעלט• צו פארװאנדלען די כלומרשט געגענ־ בארער׳ און דערפאר איבערצײגענדער און עמאציאנעלער אײדער די ראפינירטעסטע פײנהײטן פון דער ״אפיציעלער סאלאן־קונסט•״ די צװײ אלזא הויפט פאקטארען פאר די נײע קונסט־ געשטאלטונג אין רוסלאנד: די װעסט־אײראפעישע קונסט מיט איר גאנצן רײכטום פון אינטערעסאנטע עקספערימענטן און רעזולטאטן פון אײן זײט׳ און די הײמישע פאלקס־קונסט מיט איר גאנצן פראכט פון עקזאטיק׳ גראטעסטקײט און מערכענהאפטיגקײט פון דער אנדערער זײט׳ האבן זיך עפעס דורך א װאונדערליכן שיקזאל אין אײנער און דערזעלבן צײט צוזאמענגעשטויסן• דער דאזיגער צוזאמענשטויס פון צװיה לויט דער נאטור גאנץ־פארשײדענע קונסט־עלעמענטען׳ האט אין פרינציפ גע־ נתן אלטמאן• דעקאראציע צו ״אוריאל אקאסטא״׳ אין ײדישן מלוכה׳דיגן קאמערטעאטער אין מאסקװא• .א\׳ן\ז£\/ א\/זזז\׳א .׳%סכ>5סזג אז ££ז.\/£דוז 15£1סס1ז £זוז ז\׳ ס0£\/ז־5 ,״\/ז5סב>\/ עשזמס־* 7זס £א50£ \/ ־קס סזיךדד5£ אײנאנדער פרעמדע װעלטען: די אריענטאלישע עקזאטיק מיט איר גאנצן מיסטישן אינהאלט און דעם שטרענגן׳ אײראפעישן מאנומענטאלן קוביזם - אין א מעכטיגן׳ הארמאניש קלאנגענדען כאראל• - איך חזר נאכאמאל איבער: שאגאל איז דער אײנציגער אין דעם זין פענאמען• די גאנצע פלעיאדע פון ױנגע׳ אממײסטען ײדישע קינסטלער׳ װעלכע באמיהן זיך אויך דעם ײדישן לובאק צו פאראײראפעיזירן׳ װײזען ארויס דאבײ א זעהר גרויסע אונבאהאלפנקײט• זײ פעהלט גראד יענע אײגענארטיגע גײסטיגע סטרוקטור׳ װעלכע איז לעת־עתה נאר שאגאלם אײגענטום׳ און װעלכע האט אים ערלויבט צו רעאליזירן זײן װערק• און עס איז גאר נישט קײן װאונדער װאס זײ געפינען זיך אין אזא שװערער לאגע• אין א מאמענט׳ װען זײער גאנצע נשמה איז פארכאפט געװארן פון אײן זײט דורך דעם װאונדערליכן צויבער פון דער אלטער ײדישער פאלקס־קונסט און מיסטיק און פון דער צװײטער זײט׳ נישט אין א קלענערער מאס׳ דורך די נײע פארמען׳ װעלכע װאקסן אויס אויף גאר אנ׳אנדערן באדען׳ נעמליך׳ אויף א באדען פון מאשינען און אינדוסטריע _ איז יעדע דארפט פירען צו׳ן א זעהר אינטערעסאנטן קינסטלערישן אספעקט• די װירקליכקײט אבער האט אונז אין דעם פרט א ביםל אנטטוישט און זי איבערצײגט אונז׳ אז צו׳ן א סינטעז איז מען נאך פארלויפיג (אויםער אײנאײנציגן פאל׳ װעגן װעלכן איך דערמאן שפעטער) נישט צוגעקומען׳ און אז די בײדע עלעמענטן קענען זיך נישט ארגאגיש פאראײניגען׳ נאר זײ רײסען זיך כםדר פונאנאנדער׳ יעדער אין זײן אײגענע ריכטונג׳ אין זײן אײגענע װעלט• באם הײנטיגען טאג זײנען מיר אויך עדות פון אזא מין שפאלטונג אין דער רוסישער קונסט• פון אײן זײט האבן מיר א רײה קינםטלער׳ װעלכע שטעקן פולשטענדיג אין דעם ראמאנטישען פאלקלאר׳ און פון דער אנדער זײט א רײה קינסטלער׳ װאס האבן זיך אפגעזאגט פון יעדען מין סענטימענטאלקײט און מיט דער גאנצן סטיכיע זיך אפגעגעבן אונױוערסאל־קינסטלערישע אויפגאבן• אחוץ אט די בײדע גרופן׳ װעלכע שטעלן מיט זיך פאר צװײ גאנץ־פארשײדענע ריכטליניען׳ איז נאך פאראן א גרופע׳ װאס זוכט׳ באװאוםט אדער אונבאװאוסט׳ די בײדע דערמאנטע עלעמענטן אין אײן גאנצעם צו פאראײניגן• דער בא־ * 15