Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 16 (sequence 22)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 68% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--150-9581434- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ראציעס פאר אקאסטא געהערן צו די זעלבסטשטענדיגסטע און שטארקסטע זײנע זאכן׳ װעלכע מיר איז געלונגן צו זעהן• זײ זײנען שטרענג אויסגעהאלטן אין דער קאנסטרוקציע און אין דעם טאן (שװאכער איז דער 3־טער אקט מיט דער שוהל). אם מייסטן סימפטאמאטיש פאר די ספעציפישע אײגנארט פון דער הײנטיגער רוסישער מאלערײ׳ און גלײכצייטיג אם מײסטן קריסטאליזירט פון אלע אנדערע ײדישע מאלער׳ איז - שטערענבערג• ארײנזאפנדיג אין זיך א גרויסע מאספון רײן־ מאלערישער קולטור (װי עס שײנט: סעזאן׳ אנרי רוססא א• א•) און נישט אין א קלענערער מאס אויךדי דערגרײכונגן פוןקוביזם. האט ער זײן װערק קאנסעקװענט אנטװיקלט׳ נישט אזוי װי די סופרעמאטיסטן האבן עס געטון׳ צו די גרעניצען פון קינסטלע־ רישער געשטאלטונג (װאס פיהרט אײגנטליך לאגיש צום זעלבסטמארד פון דער קונסט זעלבסט)- נאר צו אנ׳אבסאלוטער פולקאמנהײט פון באהערשונג דעם מאלערישן מאטעריאל• די שילדער־מאלערײ• װעגן װעלכער כ׳האב אויבן דערמאנט׳ אז זי באזיצט אונענדליכע מאלערישע מעגליכקײטן׳ האט שטערענבערג׳ן געדינט אלס דער װיכטיגסטער סטימולאנט פאר זײנע בילדער• ער האט זיך באנוצט מיט דעם שילד וױ מיט א רוי־שטאף׳ װעלכער איז נאכדעם פארארבעט און פאר־ װאנדעלט געװארן אין פײנע׳ ראפינירטע און געשלאסענע בילדער♦ דאס װארט ״בילד״ איז לעצטענס געװארן זעהר שטארק איגנארירט פון די לינקע• דאס האט זיך אײנפאך גענומען דערפון׳ װאס די נײע קונסט איז׳ אין גרעסטן טײל אירען׳ באזירט אויף לויטער עקספערימענטן• שטערענבערג איז אפשר אצינד דער אײנציגער לינקער קינסטלער׳ װעלכער האט זײן קולט פאר רײנע פארם און מאטעריאל גענוי אזוי װי אנדערע לינקע אפגעריסן און באפרײט פון דעם געגנשטאנד? גענוי װי די עקסטרעמסטע נעא־קוביסטן און סופרעמאטיסטן האט ער געלעזט די אױפגאבן פון ארטיקולאציע׳ ריטם׳ פאקטור• װאלעור א♦ א• װ♦ נאר דערבײ נישט געבליבן שטעקען אין געגנשטאנדלאזער עקספערימענטאליסטיק׳ און אריבער צוריק צום געגנשטענדליכן? דערבײ פארלירט זײן מאלערישע אב־ סטראקטהײט גאר נישט אין איר קראפט• פון געגנשטאנד׳ דורך אבסטראקציע צוריק צום געגנשטאנד - אין דעם ליגט דער פאראדאקס פון שטערענבערגס מאלערײ• שטערענבערג און שאגאל - דאס זײנען די אײנציגע צװײ קינסטלער אין רוסלאנד׳ װעלכע האבן אויף צװײ פארשײדענע אופנים געלעזט אין פאזיטיוון זין די נײע פראבלעמען פון דער מאלערײ׳ ד. ד,. זײ האבן אונז געגעבן די גאראנטיע• אז ק ו נ ס ט איז א לעבעדיגע זאך׳ װאס מ׳קאן נישט טערא־ ריסטיש אפרײסן פונ׳ם לעבן׳ װי עס מײנען א טײל טעארע־ טיקער פון קאנסטרוקטױויזם• מין אנטשליסונג אויפן חשבון פון אײנעם פון די בײדע קונסט־ פאקטארען נישט קײן לײכטע זאך• די שטרענגע פארמאלע אײנהײטליכקײט׳ װעלכע איז אזא װיכטיגער פאסטולאט פאר יעדען קונסטװערק, האט באזונדערס באם הײנטיגען טאג באקומן א אונגעהוירע באדײטונג• מעהר װי אלעמאל שטרעבט דער קינסטלער הײנט גאנץ באוואוסט צו אנ׳אײנהייטליכער און אויפגעהאלטענער פארם׳ װעלכע גיט א באשטימטע פיזיאנאמיע זײן גאנץ שאפן• און דעריבער זאגן זיך טאקי אפ פיל מאדערנע קינסטלער פון יעדען מין סענטימענטאלקײט׳ פון איבערפלוס פון געפיהלמעסיקײט׳ פון ספאנטאנער ארט שאפן׳ און זײ פארלאזן זיך מעהר אויף דעם ניכטערנעם אינטעלעקט׳ װעלכער איז נישט אזוי פארפיהרעריש װי דער בלינדער אינסטינקט (מעג ער זײן אפילו שעפפעריש)׳ נאר פארקעהרט׳ ער גיט גאראנטיעס פאר אן עקזאקטע׳ אויסגעהאלטענע׳ באװאוסטזיניגע פארם• א בײשפיל שטעלט מיט זיך אין דעם פרט פאר ליסיצקי׳ װעלכער האט זיך אױך א צײטלאנג אפגעגעבן דעם שאגאליזם (זײנע חד־גדיא• ױנגל צונגל כװאט א• א•)׳ האט אבער׳ א דאנק זײנע אנאליטישע פעהיגקײטן שנעל זיך באפרײט פון דער דאזיגער סענטימענטאלקײט און אריבער צו דער רײנער קאנסטרוקציע (פראאון)•*) צו רעדען איבער אנ׳אלגעמײנע׳ באשטימטע פיזיאנאמיע פון דער שאפונג בא ײדישע קינסטלער׳ סײ אין רוסלאנד׳ סײ אין אנדערע לענדער׳ איז איבערהויפט אונמעגליך• די פיל־ זײטיגקײט׳ כ׳װעל זאגן: די ענציקלאפעדישקײט פון זײער קונסט׳ װאס נעמט זיך װארשײנליך פון דעם ספעציפישן ײדישן גײסט׳ װי אויך פון דעם מאנגעל פון א געװיסער קינסטלערישער טראדיציע׳ איז אונגעהויער גרויס• אנ׳ענצי־ קלאפעדיסט אין דעם זין פון װארט איז נאטאן אלטמאן. ער צײגט אונז אין זײנע װערק דעם סך־הכל פון די אלע פארמן׳ װעלכע זײנען אין משך פון די לעצטע יארן דערגרײכט גע־ װארן♦ אלץ איז דא פאראן; ס׳איז גארנישט פארפעהלט גע־ װארן: געגנשטאנדלאזע זאכן׳ פיקאסא׳ רעאליסטישע צײכע־ נונגף פארטרעט ״לענין״**)׳ ײדישע פאלקס־ארנאמענטיק א• א• װ• ער איז א גלענצענדער עקלעקטיק׳ װעלכער לעבט באמת דורך און דורך׳ מיט דער גאנצער אויפריכטיגקײט׳ די אלע שוין פאר אים צוגעגרײטע פארמן׳ און לאזט זײ דורך׳ דורך זײן אײגענע קינסטלערישע פריזמע• זײנע טעאטער־דעקא־ •) אונטערן װארט ״פראאון״ פארשטעהט זיך א קאנסטרוקציע אין א פרעציזעי־/ געאמעטרישער פארם׳ װעלכע באזיצט אייגענטליך אליין קיין אוטיליטארען צװעק׳ װעלכע אבער שטעלט מיט זיך פאר א קאנסטרוקטױוע ענערגיע פאר קינפטיגע מאנומענטאלע קאנסטרוקציעם• דער טערמין איז דורך ליםיצקי׳ן אלײן פאר זיינע װערק געשאפן געװארן• •*) א קאלעקציע עםקיזען פון לענינען. ה• ב ע ר ל ע ו ו י• 16