Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 14

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 14 (sequence 20)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--148-9581432
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

א' ,׳יסיצלו,' פון דער רוסישער קונסטאויסשטעלונג אין ב?5ר,1ין. א קאנםטרוק^יע• .1>£1551721 ££ .א8£££1 .א10ז׳181^^£ £7^ 81^£0551 £װ7 ^0?£1 ״אסת־סס^סס־־ ײדישע קינסטלער אין דער הײנטיגער רוסישער קונסט♦ צו דער רוסישער קונסט־אויסשטעלונג אין בערלין 1922. ערגיץ־װאו• א דאנק אט דער ספעציפיש־רוסישער אויפ־ נעהמונגסארט פון נײע אידעען און פאו־מען׳ האט רוסלאנד אין משך פון די לעצטע 20-15 יארן אין דער קונסט־ אנטוױקלונג דערגרייכט אזעלכע װײטע םטאדיען׳ צו װעלבע יענע אײראפעישע לענדער׳ װאס האבן אײגענטליך פריהער געדינט רוסלאנד אלס פארבילד פון קינסטלערישן פארטשריט׳ זײנען נאך נישט צוגעקומען• באהויפטן װידער׳ אז די נײע רוסישע קונסט האט אויסשליסליך געשעפט אירע קרעפטן פון אויסן׳ װאלט געװען א טעות• די איקאנע׳ דער לובאק׳ די שילדען־מאלערײ - אט דאס זײנען נישט אין א קלענערער מאס געװען די אנרעגערס פון די נײע זוכענישן• באזאנדערס דער לובאק און דער קלײנשטעטלדיגער שילד האבן אין דער פארם־װאנדלונג געשפילט א באדײטענדע ראלע• פאר די אױגן פון דעם קינסטלער האט זיך אין זײ אנטפלעקט א נײע װעלט פון הויכע קינסטלערישע װערטן און מעגליכקײטן• דאס׳ װאס איז פריער געװען פולשטענדיג איגנארירט און באטראכט אלס א מינדערװערטיגע זאך׳ איז דערהויבן געװארן צו אנ־ אפאטעאזע• דװקא אין זײער פרימיטױוקײט און אומ־ געלומפערטקײט האט דער קינסטלער אנטדעקט באהאלטענע און סודותדיגע כחות׳ װאס זײנען פיל שטארקער׳ אונמיטעל־ די פראבלעמען׳ װעלכע זײנען אין די לעצטע עטליכע צענדליג יארען אויף דעם געביט פון קונסט ארויסגעשװימען׳ האבן אפשר אין קײן שום לאנד נישט דערגרײכט אזא מדרגה פון שפאנונג׳ װי אין רוסלאנד. די נײע קונסט־אידעען׳ װעלכע האבן אנגעהויבן דא. זײט דעם נידערגאנג פון דעם אזוי גערופענעם ״פערעדװיזשניטשעסטװא״ אריבערצװואנדערן פון װעסט־אײראפא׳ הויפטזעכליך פון פראנקרײך (מיט א שפארע פארשפעטיגונג)׳ האבן זיך אין א קורצער צײט נישט נאר פולשטענדיג אקלימאטיזירט׳ נאר זײ האבן זיך װײטער אנטװיקעלט און פארטיפט• אזוי איז געװען מיט דעם סעזאניזם׳ קוביזם׳ פוטוריזם א• א• מיט דער גאנצער ברײטקײט און טיפקײט פון דער רוסישער נשמה זײנען די דאזיגע נײע קונסט־אידעען אדער קונסט־פילאזאפיעס אויפגענומן געװארן און נאכדעם צוגעפירט ביז צו זײערע לעצטע׳ לאגישע קאנזעקװענצן• דאס׳ װאס דארט איז געװען א פראדוקט פון א הארמלאזער עקספערימענטאליסטיק און׳ אלס פרײער׳ נישט אבליגאטארישער׳ שעפפערישער אביעקט׳ גילטיג געװען׳ איז דא אנטװיקעלט געװארן אין א טעאריע׳ אין א קאנאן• אויך די אומװאנדלונג און די צעגלידערונג פון ריכטונגען זײנען דא צוגעגאנגן פול ראדיקאלער און שארפער װי 14

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.