Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 13

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 13 (sequence 19)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--147-9581431
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

צװינגן באזונדערס ערנסט זיך צו פארטראכטן. דער איטאליענער פאראװענטי האט געסטרויעט דעם אוספעניער סאבאר אין קרעמל״ און זײן לאנדסמאן אלואיזי - דעם קרעמל. דער פיניקיאנער חירם האט געבויעט שלמה המלך׳ס בית המקדש• אזעלכע עדות קאן מען אנפירען אהן אן עק• בכן איצטערט. װען אלס סימן פון א קולטור פאלק דינט די געדרוקטע ליטעראטור- צײטונגן און זשורנאלך א אײגענעס טעאטער. א אײגענע מאלערײ״ א מוזיק און ד. גל. - מיר האבן דאס אלץ׳ הײסט עס - מיר זײנען אויך א קולטור פאלק. עס פעהלט נאר א גלענצענדער יחוס־בריעף. אבער אויב צוליב דעם הויבט מען אן קריכן צום אלטערטום און אויב נאר מיט דעם אלײן ערקלערט זיך דער אינטערעס אויך צו דער ״פאלקס־שאפונג׳״ איז שוין גלײכער אהן אט דער קולטור• ניט נײטיג• און אויב איצטער׳ װען די טעכניק פון די װידער־אויפ־ פירונגען שטײט אזוי הויך און די דרוק־מאשין ארבעט גיך׳ װעלן אט די זאכן קריגן די ברײטסטע פארשפרײטונג און זײ װעלן אנשטעקן די ״קונסטלערערס״ און זײ װעלן אנהויבן צו פודערן און סטיליזירען אט דעם אײנמאל זיך באװיזענעם פנים׳ צעהאקן אים אויף שטיקלאך און אט דעם װיניגרעט אונטערטראגן אלס א נײע קונסט־קולטור׳ - איז שוין גלײכער אהן אט דער קולטור• ניט נײטיג• דאס װאס מ׳רופט קונסט׳ װערט געשאפן דאן׳ װען מ׳װייםט ניט׳ אז דאס װאס מ׳טוט איז קונםט. נאר ד ע מ א ל ס בלײבט עס אלס דענקמאל פון קולטור• הײנט װערט די קונסט גע־ שאפן דורך די׳ װעלכע קעמפפן קעגן איר• אונז איז דער לעבעדיגער הונד טײרער אײדער דער טויטער לײב. מיר װײסן״ אז װען דער הונד שטארבט׳ װערט ער א לײב• ז>• ל. זאלן זוכען און ארומקלעטערן די פארשערס אין דעם ים פון דער געשיכטע פון דער קונסט׳ איך קאן נאר זיך טײלן מיט פאלגענדען פון מיר באאבאכטעטען פאקט. אין שוהל איז תמיד פארהאנען א קלײנע ביבליאטעק. אין די אלטע שוהלן שטײען אין די םפרים״שאפעס גמרות און אנדערע ספרים פון די סאמע עלטעסטע דרוקן׳ מיט רײכע שער־בלעטער און אײניגע צירונגען און שלוס ־ צײכנונגען• אט די עטליכע בלעטער האבן אין זײער צײט געשפילט די זעלבע ראלע װאס הײנט די אילוסטרירטע זשורנאלן׳ זײ האבן באקאנט געמאכט מיט די נײעסטע קונסט־פארמען• און ריכטיג. איך האב אמאל געזעהן א מצבה מיט אזא מין בארעליעף: א בער שטײט אויף די הינטערשטע לאפעס און נעמט ארום א בלי־ הענדן אקאנטעװע ארנאמענט• אין א הויפן שמות פון דרוק אמסטערדאם פונ׳ם 16 טן און 17 טן יארהונדערט אויף׳ן בוידעם פון דער דרויער שוהל האב איך געזעהן א שלוס־ צײכנונג פונקט מיט דעמזעלבן מאטױו׳ און ם׳קאן קײן ספק ניט זײן״ אז דער סקולפטאר פון דער מצבה איז אינסטרואירט געװען פון דער דאזיגער שלוס־צײכנונג. א צװײטער בײשפיל: דאס שניצעכץ און די גאנצע קאמ־ פאזיציע פון די פיעל־שטאקיגע ארון־קודש׳ס און די רענע־ סאנסיש־באראקישע שער־בלעטער פון די ײדישע ספרים• פארן ײדישן שניצער האבן די דאזיגע שער־בלעטער געדינט אלס מוסטערן פונקט אזוי װי פאר די ארכיטעקטארן - די ארבײטן פון װילאן און פאלאדיא. בלײבט נאך די פראגע װעגן נאציאנאלן מאמענט פון דער דאזיגער מאלערײ. מיר לאזן זי פאר די פסיכאלאגן און עט־ נאגראפן• נאר מיר װעלן זײ אויפמערקזאם מאכן׳ אז דאס קרובהשאפט פון די פארמען׳ װאס זײנען מיט אזא ותרנות צעװארפן אויף די װענט און סטעליע פון דער מאהלױוער שוהל׳ מיט די גלײכצײטיגע פארמען פון אנדערע אומות דארף אב>31 .1\0\׳2001 * ,״אסם״ אסדד^&ססשס £אז זגסמ? .זג1££א10\ 0£ 00011£\׳א5¥ £א1?ס .10£¥א0£ .1*18 מזל ארי• פונ׳ם געמעל אין דער מאהליװער שוהל. 18 טער יארהונדערט• 13

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.