Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 12

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 12 (sequence 18)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--146-9581430
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

דאם בילד פון א לײב אין דער מאהלױוער שוהל• .¥£ט7א0£ 11*18 .^1££װ0!\ 0£ £ט4000א8¥ 79£?0 א110^מ0£00 *ג££0 ״א£10״ דער אוצר פארמען באם מאלער - א אונערשעפליכער• און מ׳זעהט װי דאס אלץ האט זיך בא אים געגאסן׳ װי פון א פילהארך און װי די האנט פונ׳ם װירטואז איז ניט מיד געװארן און ניט אבגעשטאנען פון דער געשװינדיגקײט פונ׳ם פארטראכטן. פון יענער זײט ארוךקודש האב איך אנטדעקט די ערשטע פארויסצײכנונג מיטץ פינזל. דעם ״קאנטור״ פונ׳ם גאנצן געמעל׳ דאס װאס דינט אלס גרונדלאגע צו דער וױיטער־ דיגער פארבן־באארבײטונג. דער דאזיגער ״קאנטור״ איז אנ־ געװארפן אויף דער װאנט דורך א מײםטער פון געװאלטיגער געװאוינטהײט׳ בא װעלכן דער פינזל איז פולקאם אונטערװארפן דעם װילען. דער קאליר פון דער מאלערײ - בורשטין־פערלדיג מיט ציגעל־רויטע פונקן• ער איז ניט צום ערפאסן׳ ער לעבט און באװעגט זיך א דאנק דעם ספעציפישן שײן• אין אלע פיר װענט זײנען דא פענסטער אין דער סאמע הויך. די זון געהט ארום און ארום און יעדע שעה איז יעדע װאנט׳ און באזונדערס די משופעדיגע טײלן פון דער סטעליע. אנדערש באלײכטן. דאס גיט צו דעם גאנצן א אומאויפהערליך שפיעל. דאס געמעל איז׳ בא זײן גאנצער דורכזיכטיגקײט׳ זעהר דיק׳ אלץ שװערע פארבן: אכרע. בלײװײס׳ ציגויבער׳ גרינס׳ צום װינציגסטן די קאלטע טענער׳ בלוי און פיאלעט• פון װאנען אבער געהט עס אט דער שטראם? װאו האט דער דאזיגער װאלקן געטרונקן. כדי זיך אויסצוגיסן אין אזא װאונדערליכן רעגן? גאנצע זאך. דאס מזלות־געמעל איז זעהר אײגנארטיג און אײניגע פון זײנע צײכענס זײנען מערקװירדיג לאקאניש און קרעפטיג• אזוי למשל. דער שיסער (מזל קשת). בסך הכל צװײ הענט- אײנע האלט דעם בויגן. די אנדערע ציהט אן דעם פאדים• דאס איז די ״קרעפטיגע האנט״. די ״שטראפענדע האנט״ פון דער ביבעל• און איבער דעם אלעמען. אין מיטעל־ פונקט פון דער ״יארמולקע״ - א דרײ־קעפיגער אדלער: די פארװאקסונג אין אײגעם פונ׳ם רוסישן און פון פוילישן אדלערס• אין מזרח״ איבער׳ן ארון קודש״ װידער לײבן. נאר דא האלטן זײ שוין די לוחות און פון זײ א גרויסער כפורת כאפט ארום דעם ארון־קודש. אין די זײטן צװײ פאנאס״ - לינקס אויף דער צפון־װאנד א ״װארמײזא״. עפיס א פארשאלטענע שטאט ארומגעכאפט פון עפיס א דראקאן. און א עץ־החײם? (זעה בילד ז׳ 8). אויף דער אנדערער זײט. אין צפון־מערב - ירושלים און דער עץ הדעת• אויף די דרײעקן. װאס מאסקירן דעם איבערגאנג פון די װענט צו דער סטעליע״ אויף איינעם פון זיי״ אין צפון־מערב״ דער שור־הבר 5 אויף דעם אנדערן״ אין צפון־ מזרח״ א װילדע ציג5 אויף׳ן דריטן״ אין דרום־מזרח, דער לויתן5 און אויף׳ן פיערטן׳ אין' דרום־מערב״ א עלפאנט מיט א טראגשטוהל אייףץ ריקען• אויף די װענט - טאװלן מיט אויפשריפטן״ הײליגע כלים פון מלך שלמה׳ס בית המקדש״ ארגאמענטן און אלערלײ לעבעדיגע ברואים• 12

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.