Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 11 (sequence 17)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 65% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--145-9581429- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
פון דער יידישער פאלקס־ארבײט• צו איז דען ניט דאס א רבניש פנים אט דער לײבן־קאפ אין דעם מזלות־געמעל פון דער מאהלױוער שוהל י (בילד ז׳ 13.) איבער׳ן פריז צעבליהט זיך א ריעזיגער געװיקסן־ארנאמענט׳ װעלכער כאפט ארום מיט א רינג די גאנצע סטעליע• נאך דער מיטעלפונקט פונ׳ם גאנצן איז די סטעליע. אין מערב־ זײט״ באם ארײנגאנג״ שטעהן ריעזיגע לײבן און פאװעס הינטער זײ• די לײבן האלטן צװײ שילדן מיט אויפשריפטן׳ די אונטערשטע איז אן אנדענקען פונ׳ם מײסטער פאר זיך אלײן״ דאן געהט אויף די דרײ צפונדיגע און דרײ דרומדיגע ־ 2 ־*׳■ .י > ׳ < ויג״: א שטיק פונ׳ם סטעליע־געמעל אין מאהליװער שוהל׳ מיט׳ן בילד פון א שיף• 18 טער יארהונדערט• .׳ו?0?א0£ 1818 .?31-11 £1ז־1^י /י££!זז10\ 0£ £;0001^אז5 11£ז 0£ א£€0£4710ס 081?£ .1!\׳£7ם העכער א רײה שטעמפלן מעהר פון אריענטאלישן׳ איך װאלט געזאגט: פון מויריטאנישן צוזאמענשטעל׳ און אין זײ א קאמ־ פליצירטע איבערפלעכטונג פון שטריק - א מאטױו׳ װאס דערמאנט זעהר לעאנארדא־דא־װינטשיס צײכנונג פארן שטעמ־ פעל פון זײן אקאדעמיע• און איצט דערמאן איך מיך׳ אז איך האב געזעהן אין מילאן׳ אין קאסטעלא׳ א זאל׳ װאס זײן סטעליע װערט אויך צוגעשריבן לעאנארדא׳ן׳ אויך מיט אזא עהנליכן שטריק־ארנאמענט• איבער דעם שטעהן אויסגעשטעלט אין א שורה די מזלות• צװעלף קאמפאזיציעס אין קרײזן׳ געקײטעלט אינאײנעם׳ א טאװלן פונ׳ם געצעלט אזוי װי א פריז׳ אויף װעלכן עס װיקעלט זיך אויף דאס לעבן פון פרעסערס און געפרעסענע. אונטן א װאסער׳ אויף דעם ערד׳ איבער דער ערד א הימעל׳ אין הימעל שטערן׳ װאס צעבליהען זיך אין בלומען• אין װאסער - פיש? זײ װערן פון די פויגל געכאפט• אויף דער ערד א פוקס טראגט א פויגל אין פיסק• א בער קלעטערט אויף א בוים נאך האניג• פויגל טראגן שלענג אין די פיסקעס• אט די אלע פליהענדיגע און לויפענדיגע - זײנען מענשן• דורך זײער פירפיסיגער אדער געפעדערטער מאסקע קוקן זײ מיט מענשן־אויגן׳ דאס איז א זעהר מערקװירדיגער שטריך