Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 3
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 9 (sequence 15)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581412--143-9581427- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
♦ װעגן דער מאהליװער שוהל זכרונות. הויך׳ װי א שפײכלער אויסזעהנדיגס- ניט גרויסעס געבײ - א שוהל. נאר דאס איז דאך עפיס װי א פארשטאט. דאס קאן ניט זײן י ע נ ע שוהל. מיר זײנען ארויס אויף׳ן ברעג. אװעק אין שטאט ארײן זוכן. מ׳האט אונז ארומגעשיקט אין עפיס נײע- שטײנערנע. ״שענע״ שוהלען״ מיט בודואר־לאמפן און פריש אפגעפארבטע געזימצן און טאװלן אזוי װי אין א פראװינציעלן ״אילוזיאן״• אין אפאר שעה ארום האבן מיר זי געפונען• די שוהל שטעהט באם סאמע דניעפר- אבער אין אזא ״טאפ״ אז זי קומט אויס אינגאנצן באהאלטן• און דאס איז מערקװירדיג• די שוהל פלעגט מען שטענדיג שטעלן אזומ אז זי זאל הערשן איבער די ארומיגע טאלן• אזוי איז אין דרויא. אין דובראװנע און אין אנדערע שטעטליך: די שוהל מיט איר גאנצער מאסע. באזונדערם מיט איר דאך, גיט דעם גאנצן שטעטיל יענעם כאראקטעריסטישן פראפיל. װי דער כאראקטער פון די אלטע אײראפעישע שטעט װערט באמערקט דורך זײערע טורמען און סאבארען (דאמען). דער שוהל פאסאן פון מאהלױוער טיפ (א טיפ א דײט־ ליכער, א קלארער, איך װאלט געזאגט: א קלאסישער) איז דערזעלבער װי בא די קריסטליכע באזיליקעס, ד. ד.. - דער מיטעלסטער טײל ארויסגעסטארטשעט, מיט פענסטער אין דער הויך/ צװײ נידריגע פליגל בא די זײטן צו צפון און צו דרום• אבער אין אונטערשײד פון די קירכען זײנען די זײטן־טײלן דא ניט געעפענט, נאר לחלוטין אפגעזונדערט פונ׳ם צענטר, פון דער מענערשער שוהל. אין די פליגלען איז די װײבערשע שוהל, און נאר א שמאלע לאך אין דער הויך פונ׳ם אויג פאראײניגט זײ מיט דעם מענערשען טײל. דאס איז אן אלטער פאסאן• אזוי איז אונז אויםגעקומען צו זעהן די אויסמאלונגען פונ׳ם אינעװעניגסטן אויסזעהן פון דער עלטסטער שוהל אין דײטשלאנד (פונ׳ם 111^ יארהונדערט) אין װארמס• אויך דארט זײנען די מענערשע און די װײבערשע שוהלען אויף אײן שטח און אין דער װאנט צװישן זײ א פענסטערל. בא דעם דאזיגן פענסטערל פלעגט שטעהן א ײדענע װעלכע האט נאכגעזאגט דעם חזן די תפלות און שוין נאך איר פלעגן איבערזאגן די איבעריגע דאװנערינס• אין װארמס אויף׳ן בית עולם איז דא א מצבה פונ׳ם /\1\ יארהונדערט אײנער אזא ״פירזאגערין״• די גאלערײע פאר װײבער איז א שפעטערדיגע המצאה. אצינד איז אויך אין מאהלױו שוין דא א גאלערײע פאר די װײבער און אין די זײטךפליגלען האבן זיך באזעצט: אין אײנעם - דער שמש, א טאקער, װעלכער װעט אמאל געװיס אומברײנגן אויפ׳ן פײער די שוהל מיט זײנע סטרוזשקעם און הרובקעלע, אין אנדערן - א חדר• אבער דעם גאנצן כאראקטער פון דער שוהל גיט איר צו דער העכערער מיטלער טײל מיט זײן הויכען שפיציגן דאך און די בא די זײטן צו׳ן אים צוגעפרעסטע צװײ פליגלן מיט די משופעדיגע דעכער און קלײנינקע פענסטערלעך. דאס איז געװען צװישן ...19 און 1916. לויט׳ן לוח דאכט זיך גאר ניט אזוי לאנג, לויט׳ן לעבן אבער - מיט עטליכע עפאכן צוריק. עטליכע פיאנירן ײדךמאלער האבן דערפירט זײער מלאכה ביז צו דער מזרח־גרעניץ פון דעם ״תסום־המושב״ ד• ה. זײ האבן דערװיזן, אז װען מ׳פירט איבערן פאפיר מיט א שטיפטל אדער מיט א קויל, אדער איבער א לײװענט מיט א פינזל און פארב - באקומט זיך א געמעל. און די ױגענד האט אנגעהויבן ״קינסטלערן״. ס׳האבן זיך אנגעהויבן אויס־ שײלען גרופעס, פוץ די גרופעס איז געװארן ״שולעס״ און איבער אלעמען - פראבלעמעס. חברה חדר־ױנגליך, חאטש שוין א דור א גאנצן אלײן ביז צום גמרא־מלמד ניט דערלאנגט, איז פארט געװען אנ־ געזאפט מיט די זויערליכקײטן פון אנאליזע• און מיר, נעמענדיג נור װאס אין די הענט א בלײשטיפט און א פינזל, האבן אנגעהויבן באלד אנאטאמירן ניט נאר די נאטור ארום אונז, נאר אויך זיך אלײן• װער־זשע אזעלכע זײנען מירי װעלכן ארט פארנעמען מיר צװישן די פעלקער? און װאס אזעלכעס איז אונזער קולטור? און װי אזוי דארף זיין אונזער קונסטי אבגעטון האט זיך דאס אלעס אין אײניגע שטעטליך פון ליטע, װײסרוסלאנד, אוקראינע, פון דארט האט זיך עס אריבערגעקײקעלט קײן פאריז און איר ג מ ר - ניט די התחלה׳ װי מיר האבן דעמאלט געטראכט - האט די דאזיגע באװעגונג באקומען אין מאסקװע אויף דער ״ערשטער אויסשטעלונג פון ײדישע קינסטלער אין יאר 1916״. ארומזוכענדיג נאך זיך אלײן, נאך דער צורה פון אונזער צײט. האט מען געפרובט ארײנקוקן אין די אלטע שפיגלען/ זיך צו דערגרונטעװען דורך דער אזוי־גערופענער ״פאלקס־ שאפונג״• דעם דאזיגן װעג האבן אין אנפאנג פון אונזער צײט דורכגעמאכט כמעט אלע פעלקער• אויף אזא׳ן אופן האט איר פאר זיך די לאגישע דער־ קלערונג פאר דעם, װי אזוי איך האב מיך אײנמאל אין א זומער אלאז געטון ״אין פאלק״. מיט מיר איז געװען ריבאק• װעגן דער מאהלױוער שוהל זײנען ארומגעגאנגן מעשות• מיר האבן זיך אװעקגעלאזט צו׳ן איר• פריהער האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין קאפוסט• מ׳האט אונז געזאגט, אז די קא־ פוםטער שוהל איז פון דעם זעלבן טיפ, װי די מאהלױוער, און פון דעם זעלבן מײסטער געמאלט געװארן. געטראפן האבן מיר אין קאפוסט א ביסל קוילן, אפגעברענטע ציגעל פוג׳ם פונדאמענט און עטליכע שוין אנגעפוילטע קלעצער, װעלכע אײמיצער האט מנדר געװען צום בוי פון א נײער שוהל - די אלטע איז אפגעברענט געװארן. און דאס גאנצע שטעטיל איז אפגעברענט געװארן און קײנע סליאדן פונ׳ם אלטערטום איז ניט געבליבן• מיר זײנען געפארען װײטער. געקומען קײן מאהלװו. פון דער װײטן פונ׳ם דניעפר האבן מיר דערזעהן א שװארץ,