Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 7

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 7 (sequence 13)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--141-9581425
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

סביבה• אין הארב צײגט ער אונז אונטן אויף׳ן בילד/ למשל׳ צװיי שטרייטענדע העהנער און אין אנדערע ערטער קאטשקעס- גענז און קאפהענער• אבער אויך די װאלד־ און פעלדפויגל קומען אלע מאל פאר אין הארב און אין בעכהאפען און ער שטעלט זײ פאר זעהר לעבעדיג. פון די פיערפיסיגע איז אים דער האז צום מײסטן צו דער האנט און ער װײזט אים אלע מאל אין אן אנדער פאזע. אויך מיטץ פוקס קאן ער זיך נאך א רעכטע עצה געבן. קומט אבער צו דער װילדער ציג- מוז ער שוין אנקומען צו זײנע פארלאגען. (א עהנליך פאר־ בילד האט געמוזט האבן פאר זיך אויך דער מײסטער פונ׳ם ארון קודש אין אוזלען אין אנהויב פון 8וטען יארהונדערט), און באם טורם־טראגענדען עלפאנט װערט דער שלים־מזל פונ׳ם נאכמאכער שוין גאר קאמיש •, מײסטער זוסמאן זעצט ארויף אים הינטן אויף׳ן פאנצער. װעלכער באקומט בא אים א עהנליכקײט עפיס װי פו׳ן א חזױ/ א אמת׳דיג גרויסעס שטאקיג הויז• אלע חױת עהנליך צום לײב און צום אײנ־ הארן קומען בא אים ארויס װי די צורות אויף די שטעמפלן• בא זײ און אויך בא די צורות פון די אײגנארטיגע ברואים. װארפן זיך אין אויג זײערע מענשליכע פנימ׳ער• דעם דא־ זיגן אנטראפאמארפיזם געפינען מיר שוין אין יאבלאנאװ אויך׳ און ער לאזט זיך ערקלערן װי אן הלצה פונ׳ם מאלער אויף די גבאים מיט חיה׳שע נעמעך אלס א אנטשעדיגונג דערפאר װאס מ׳האט ניט געטארט מאלען קײן מענשליכע צורות• אדער אפשר אלס א איבערגעקעהרטע נאכמאכונג נאך דעם פון װארמסער מחזור באקאנטן מנהג, לויט װעלכן מ׳האט געמאלט מענשן מיט חיה׳שע אדער פויגעל׳שע קעפ• (זעה די בילדער אין ״מילגרוים״ 2 טן העפט). אויך אויסערדעם איז דא דארט גענוג ארכאיזמען• באזונדערס מאכט די אויסמאלונג פון ירושלים א זעהר אלטערטימליכן אײנדרוק און דערמאנט שטארק די מיניאטור־מאלערײ פונ׳ם מיטעלאלטער- כאטש אויך שפעטערע פארמען זײנען דארט פארמישט• די בלומען מיט די לאנג אויסגעצויגענע העלזליך דערמאנען זעהר לעבהאפט די שפעטגאטישע צײטך אײניגע בליטן - אפילו נאך עלטערע. כאטש דער כלל־אײנדרוק איז דורכאויס פון באראק• אט אזוי האט זיך פארװעבט אלטס מיט נײס׳ אסך זאכן זײנען אײגענזיניג אײנגעהאלטן געװארן׳ אנדערע װילקירליך געענדערט געװארן׳ - עס איז דער אײגענארטיגער פרוב צו געפינען א סינטעזע צװישן דעם׳ װאס איז שוין היסטאריש געװארן און צװישן די פארדערונגען פונ׳ם טאג• בכל אופן ליגט קלאר פאר די אויגן די טראדיציע פון דעם טיפן־אוצר׳ און אויך בנוגע צום סטיל באװײזט א פארגלײך מיט די קרובה׳שע קלײנמײסטער׳ אז מ׳קאן בשום אופן דא ניט רעדן פון א דירעקטער באאײנפלוסונג. העכסטענס האבן די ארנא־ מענטשטעכער הײנריך ראאב׳ (געלעבט 1648) און יאהאן האניאס׳ (געלעבט 1650? בײדע אין נירנבערג)׳ װעמעס אר־ בײטען זוסמאן האט אפשר געזעהן׳ - געקאנט האבן אויף אים עפיס אן אײנפלוס• אליעזר זוםמאן׳ דער זוהן פונ׳ם בראדער חזן׳ װעט צװישן די מענער׳ װעלכע האבן געדינט דער דעקאראציע־קונסט׳ זײן פלאץ׳ אלס אײגענארטיגער קינסטלער׳ קאנען דערהאלטן. שמשון טעפליץ. געמעל פון בעכהאפען• די קאמפאזיציע דערמאנט די טעקסטיליען־ארבײט׳ דאס הײסט: דער װאנד־באפוץ איז ניט אויפגעטײלט שטרענג אין פעלדער׳ נור מער װי טעפיכן געהאלטן• פארט אבער דערקענט מען אין די מאטױוען און אין סטיל די זעלבע האנט׳ װאס אין בעכהאפען• אם שטארקסטן שפירט מען די דאזיגע אײנהײטליכקײט אין דעם סטעליע־געמעל׳ װעלכע אונטערשײדעט זיך נור דורכדעם׳ װאס דא זײנען די אומראמוגגן אין דעם מיטעלרונד איבערן אלמעמאר פון רעכטעקן׳ װאס ליגן מיט זײער לאנגער זײט אין דער ריכטונג פון דער שוהל־לענג• אויך אין קירכהײם װארפט זיך אין די אויגן די עהנליכקײט פון דער סטעליע־קאמפאזיציע׳ בשעת אויף די װענט איז צו מערקן װיכטיגע שנוים׳ די דאזיגע שנוים קומען אודאי פון דער פארענדערטער גרויס פון דער דאזיגער שוהל אקעגן יענע׳ װאס ם׳האט געצװאונגן דעם קינסטלער אנצופילן ניט גלײכע שטחים מיט מעגליכסט גלײכן בילדער־אינהאלט און דערבײ יעדע זאך שטעלן אויף זײן ארט׳ פונקט אקוראט װי אין יענע שוהלן• די שוהל פון קירכהײם האט זיך אויך געפינען אין א הויז׳ װאס איז אונטען באװאוינט׳ און איז׳ לויט דער גרויס׳ געװען נאך באשײדענער׳ םך הכל 51/2 מעטער אין דער לענג׳ 2/'6 אין דער ברײט. אויך דא א האלצערנע פאס־סטעליע׳ די װענד לײמענע געשטוקאטורעװעטע׳ בײדע רײך באמאלט. די װײבערשע שוהל אין צפון זײט איז אפגעטײלט דורך א ברעטער־װאנט׳ אין װעלכער עס געפינט זיך א האלצערנע גראטע׳ דער צוזאמענשטעל און דאס אויסזעהן פונ׳ם ארון קודש׳ פון די שטענדער און פונ׳ם אלמעמאר - אזוי װי לכתחלה אין בעכהאפען• מחמת דעם װאס די ברײט פון דער שוהל איז דא גרעסער׳ זײנען די בילדער געריכטעט מעהר צום האריזאנט׳ װעלכעס װארפט זיך באזאנדערס אין די אויגן בא דעם דא צװײמאל פארקומענדען בילד פון ירושלים. דאגעגן פעהלן דער שלחן לחם הפנים און די מנורה• דער ערשטער װאלט געמוזט פאלן׳ בא דער דאזיגער פארטײלונג׳ אויף דער װאנט פון דער װײבערשער שוהל• אין קירכהײם זײנען אם מײסטן אויפשריפטן מעהר װי בילדער. מעגליך אז דאס איז געװען דער װאונש פונ׳ם בא־ שטעלער׳ ובפרט׳ אז מיר זעהען׳ אז דארט פעהלן אויך אויף דער סטעליע די צורות פון די חױת• עס שײנט׳ אז דא קומען מיר שוין צום סוף פון א קונסטאיבונג׳ װאס זײן ערשטע און גרעסטע שאפונג טרעט ארויס אין בעכהאפען. נעמען מיר צונויף אינאײנעם דאס גאנצע װערק פונ׳ם מײסטער זוסמאן׳ איז א חוץ זײן פארמען־ און פארבן־רײכקײט׳ באזונדערס צו שטוינען איבער זײן געשיקטקײט בײם אויס־ מאלן די חױת־װעלט• אן ספק ארבעט ער נאך די טיפן פון די האנטשריפטן׳ אבער צום טײל אויך נאך די׳ װאס זײנען ערשיענען אין די רענעסאנם־דרוקען• געלונגענער אבער קומען בא אים ארויס די צורות׳ װעלכע כאטש פון יענע פארבילדער גענומען׳ האט ער אבער געקאנט פארפאלקאמנען זײ פון דער נאטור• די דאזיגע קומען ארויס בא אים מערקליך אנדערש װי די׳ װעלכע ער האט אין לעבן קײנמאל ניט געזעהן. דא קומען קודם־כל אלע מינים געפליגעלטע, װאס דער לאנד־ײד האט געקענט פון זײן אײגענער טעגליכער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.