Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1923-01-01 · העפט 3 · p. Seite 6

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1923
Issue
העפט 3
Date
1923-01-01
Page
Seite 6 (sequence 12)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
68% known words query
IRI
…/9583346-9583349-9581412--140-9581424
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ורזגוימדץנ! ג* *,*־ ■ ■'^0>9 *׳ ~ - ■<; י^|י11 .״ ***< # ■>!ך;:; %>^ין $1$1 8י£*£ י) .?7׳־*',״■ ■׳-*•'גס, י׳2׳?*1,'?||)ך>\ - *ה^,-ך.* -411 1ד*ו?' י4י 1י, ^יי,;״^זי 1**8* יוז^רי,״^ £1 ,י״5י\י, /• ׳,'ן 5^יי׳כ^׳ײ׳ *■ ■¥׳. ־ 10י$א ■' •׳•■|ו׳ימ8ר־4' ■י ■ '״ .יז1'י<י\ײ *#1 1*£״*• יי * ־ מערב־װאנט פון הארבער שוהל• 18 טער יארהונדערט• אוים דער באױבערגער בילדער־גאלערײע• מיט ערלױבנ־ש פונ׳ם באמבערגער שטאטראט• .0?18£\^8 ,££££7\/0 ££7 .7?!ז71א0£ 8)18 .£ס51 ££57נו 7£1£ אס 170£3 07 0000£\/א5¥ 79£ א1 0א71א1\/? ,1,ממט1ג .0?18£\\/8?0 01£אס00 £\/?101אט1ג 1£?7?0 א5115510!££? סא1>ז 87 אין דער מערב־װאנט פארנעמט דאס מיטעלשטיק א אויפשריפט אײנגעפאסט אין א קראנץ• רועלכע עם האלטען צװײ אין טראמפײטען בלאזענדע לײבען? רעכטס שטעהן: א פלאכע פרוכטעךשאל מיט בלומענװערק׳ דאן א אויסמאלונג פון ירושלים׳ און לינקס: א פלאכע בלומענװאזע׳ דאן א צװײגען־געפלעכט• (זעה ז• 1.) די סטעליע איז איבערגעצויגן מיט רײכע געפלעכטן פון בלומען און צװײגן׳ צװישן װעלכע עס זײנען צעזײהט פעגעל און פירפיסיגע ברואים• די מיט׳ גענוי איבערן אלמעמאר׳ איז באמערקט דורך א קרײזפארמיגער קאמפאזיציע מיט די זעלבע מאטױוען• אלע אומראהמונגען פון ךי אויפשריפטן און בילדער זײנען רײך באפוצט מיט בלומענװערק אדער מיט זײלען און װאזען• װעלכע דערמאנען זעהר די באפוצונגען פון די איטאליענישע מגילות• די צעטײלונג פון די װענט איז בכלל עהנליך צו דער שוהל פון יאבלאנאװ׳ נור דא װערען זײ׳ צוליב דעם געמעל פון דער סטעליע׳ אביסעל אפגעשטופט אן א זײט• דאס דאזיגע סטעליע־געמעל לאזט זיך באזונדערס גוט שטודירען אין דער שוהל פון הארב׳ פון װעלכער מיר האבען דרײ אפבילדונגען׳ פון זײ געבן אונז צװײ איבער דעם פארביגן אײנדרוק פון דער פטעליע (זעה בילד ז׳ 4) און פון דער מערב װאנט (בילד ז׳ 6) און די דריטע צײגט די מזרח־װאנט מיט די קינםטלערישע אויפשריפטן אויף איר (בילד ז׳ 1)• די שוהל פון הארב איז געלעגן אין ערשטן שטאק פון א לײהמענעם בנין׳ װעלכער האט אוך געדיענט פאר א דירה• אײגענטליך װאלט מען זי געדארפט גיכער רופען א ״שטיבעל״• זי האט בלױז״8 מעטער אין דער לענג׳ 5 אין דער ברײט און */51 אין דער הויך• און פארט - אויך דא א רײכער קינסטלערישער אויפפוץ׳ װעלכער שטימט בכלל מיט דעם די סטעליע װי פון א האלץ־פאס׳ די װענד׳ דער ארון־קודש׳ זײנען מיט שפילענדיגע פארבן דורך און דורך באמאלט• אויב די אין יאהר 1914 דורכגעפיהרטע רעסטויראציע פון דער זעהר פארזיכטיגער ״בײערישער דענקמאלפלעגע״ האט דארט גאר ניט געענדערט׳ דארף מען דארט פיהלען אזוינם װאם דערמאנט מיט דער לײכטקראפט און פארבען־געבונג׳ דעם פויערשן אופן פון מאלען• באזונדערס שען איז דער אנבליק אין דעם אינעװײניגסטען פון דער שוהל אין א פריהער מארגענשטונדע פון א העלען טאג׳ װען מ׳קאן זעהן ביז צו די װײטםטע װינקלן׳ און דאס גאנצע קאן אנגע־ זעהען װערען מיטאמאל•, א פארגעניגן׳ װאם מ׳קאן נור זעלטען האבן• מחמת דעם טאקע איז ניטא קײן אײנציגע לחלוטין גוטע פאטאגראפישע אויפנאהם פון דארטען און מ׳מוז זיך באגניגן נור מיט א בלויזער באשרײבונג פון דער מאלערײ• די װענט זײנען הויכקאגטיג געשטעלטע רעכטעקען (לענגליכע ברעטער)׳ װעלכע זײנען פארנומען מיט מאהלעכצן און אויפשריפטען׳ מיט די פענסטער און דעם ארון־קודש׳ מיט בילדער פון דער מנורה און דעם שלחן לחם הפנים• איבער זײ לויפט אײן לײסט מיט אויפשריפטען און אײנע מיט בלומענװערק׳ אין מערב און אין מזרח פילט אויס א פינפטײליג בילד דעם נאך פארבלײבענדן שטח ביז צום געװעלב׳ אין צפון און אין דרום דאגעגען הײבט דאס געװעלב זיך אן גלײך בײ די לײסטען• אין דער מזרח־װאנט שטעהען אויסגעמאהלט אין דער זײט פונ׳ם פענסטער׳ אין דער מיט - לײבען׳ װאס בלאזען פון טראמפײטען׳ דאן רעכטס: טראמפײטען׳ א שופר׳ און א פלאכע װאזע׳ און אין נאהנטסטן פעלד א װידער (באראן) פארפאנגען אין א צװײגען־געפלעכט; לינקס וױדער׳ אין דעם זעלבען סדר׳ פרוכטן אין א פלאכער װאזע׳ דאן א כאלמעטע׳ װאס װאקסט ארויס פון א װאזע• 6

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.