Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 47

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 47 (sequence 57)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--125-9581410
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אותױת. אין דעם איז צו זעהן די צײטמאדע״ דעם גאטישן סטיל. דערהויפט װארפט זיך אין אויג די כלה (ז• 2) מיט איר מאדישער קלײדונג און געצירטער קערפערהאלטונג. אזוױוי דאס איז שוין געװען דער כלל אין 4ו טן יארהונדערט• אסך איז ארויסצוזעהן פוןדער ארנאמענטיק• די חיות־ארנאמענטיק׳ די פלאנצן־ארנאמענטיק און דיליניעס־ארנאמענטיק בײטן זיך אויך צוזאמען מיטן סטיל♦ אין דער געשטאלטונג פון די חױת/ װאסערע מ׳קלײבט צו און מ׳פארװענדט פאר באזעס (לײבן- עלפאנטן, קעמעלס׳ אדער פאנטאסטישע בריאות: דראקאנעס׳ אײנהארנס. וכדומה). פילט מען בא דער ײדישער מיניאטור־מאלערײ די אריענטאלישע װירקונג• בעת אין די קריסטליכע מיניאטױרן סוף 3וטן און אנהויב 14 טן יארהונדערט װערן שוין חױת זעלטענער פאר־ װענדט פאר זײלנבאזעס. איז דער דאזיגער מאטױו זעהר באליבט אין דער ײדישער מיטלאלטערישער קונסט• אין דער פלאנצנארנאמענטיק איז צו זעהן דאס שפיציגע גאטישע דארנבלאט. אן אײראפיאיש געװיקס. דאם קללל־ בלאט. װאם קומט פיר אין קריסטליכע האנטשריפטן, טרעפט זיך אין ײדישע אויך. מיר זעהן דאס אין װארמסער מחזור (ז• ו) אונטער דעם װארט אדון לינקס אין עק. אבער דארט איז דאס פארקלללעכט. שטימט מיטן סטיל פונ׳ם 3וטן יארהונדערט• שפעטער װערט דאם קלײ־בלאט פארשפיצט אזוױוי אלע אנדערע זאכן. ס׳איז אבער אינטערעסאנט״ אז נעבן דעם מאדישן בלאט־ װארג איז נאך געבליבן דאם קלאםישע פאלמענשטיק און דער װעלנמאטױו אויף די שטיצן (ז. 4). די דאזיגע קלאסישע מאטױוען קאן מען נאך זעהן אין די געמאלטע האנטשריפטן״ װאס דערלאנגען ביז אין 9טן יאר־ הונדערט• אזוי האט זיך דא דורכגעזעצט די טראדיציע מיט א שטארקער עקשנות. אין די קריסטליכע האנטשריפטן פון בוטן און 4ו טן יארהונדערט פעלן כמעט לחלוטין די העלעניסטישע מאטױון. אין די ײדישע האנטשריפטן קאן מען זײ זעהן נאך ביז שפעט אין 5ו טן יארהונדערט. דאס געפלאכטענע באנדװארג (ז• 4״ דער קאפיטעל רעכטס) געהערט אויך צו דעם גאר - אלטן קונסטאוצר < ײדן זײנען אים געבליבן געטרײעה אײדער אנדערע אײראפעאישע פעלקער. דער מחזור האט אויסגעארבעט א געװיסן בילדערציקל (אזוױוי מיר זעהען דאס אין דער הגדה און אין דער מגילה). און ער חזר׳ט זיך אלע מאל איבער מיט געװיסע ענדערונגן. פארגלײכט מען אשטײגער די סצענע אויף ז. ו פון אויבן מיט אנדערע מחזורים (מיט דעם דרעזדענער. מיט דעם אקספארדער. 2373 .סא, ו32 .ס0 .114*41 אזוי דערקענט מעך אז דא איז פירגעשטעלט מתן תורה. אין װארמסער מחזור איז ױם־כפור סימבאליזירט מיט א פיגור׳ װאם האלט אװאג (ארמז אויף חודש תשרי). דעם װאג־ מאטױו אלס אילוסטראציע צו ױם־כפורדיגע תפילות געפונען מיר אין פארשידענע װאריאציעס אין אנדערע מחזורים אויך. אין דרעזדענער מחזור אשטײגער ליגן אויף די װאגשאלן א טײװל און אנאקעטע פיגור. צו די מחזורבילדער בא פראנצויזישע דײטשישע ײדן געהערן: מצה־באקן׳ תנאים, אסאך געיעג־סצענעס. המן מיט די זין אויף דער תליה׳ מזלות פון די חדשים א• אז. װ• די מזלות זעהען מיר אויך אין דער נױרענבערגער הגדה ו.סא׳ װאס שטאמט פונ׳ם 5ו טן יארהונדערט (ז• 3 אין 14). ם׳איז גענוג צו פארגלײכך װי די װאג איז געמאלט אין װארמסער מחזור און 200 יאר שפעטער אין דער נױרענבערגער הגדה. אין דער שפעטערדיגער צײכנונג איז צו מערקען א פײנערע זאכקענטעניש אין דעם פארם פון די װאגשאלך פון די קײטן א• אז• װ. אין מחזור איז די צײכנונג נאך זעהר םכעמאטיש• פאר די האנטשריפטן בא פראנצויזישע דײטשישע ײדן איז מערקװירדיג. װי דער שטאף װערט הומאריסטיש באהאנדעלט. מענשן און חױת קומען דארט פאר אין א גראטעסקער פארם. מענשן מיט חיהשע קעפ א• אז• װ. דעם דאזיגן סאטירישן גײםט איז צו זעהן אין קריסטליכע האנטשריפטן אויך ז דאס^הײסט. אז מיר האבן דא פאר זיך א גרונדשטימונג פון א געװיםער תקופה. װארמסער מחזור האט נאך א גרויסע מעלה. װאס ער איז דאטירט*). דער שרײבער באמערקט: ״אין/ שמחה בן יהודה. דער שרײבער, האב געשריבן דעם דאזיגן מחזור פאר מײן פעטער ברוך בן יצחק 44 װאכן און האב אויסגעשטעלט אלצדינג פון אנהויב ביז סוף פינקטלאך װי דער נוסח פאדערט און האב געענדיגט דעם ספר מיט גאטס הילף בשנת ה׳ ל״ב (1272)״. די האנטשריפט׳ װאס פון איר האבן מיר גענומן דאס בילז/ װי אהרון צינדט אן די ליכט (ז• 3)׳ איז אויך אפרי־גאטישע. די האנטשריפט האט א לוח פונ׳ם יאר ל״ח (1278) און דערמאנט דעם קדושים־טױט פון ר׳ שמשון אין מעץ דאס יאר 1276. געשריבן האט דאס בנימין סופר. די גרויסארטיגע אויסגעצײכנט־געמאלטע אותױת אויף די זײטן,5 ,8 שטאמען אויך פון א מחזור. דאס איז דער דרעז־ דענער מחזור׳ און דארט געפונען מיר דעם געװײנטלאכן בילדערציקל. מערקװירדיג זײנען דארט די פאנטאסטיש־געצירטע אנהױב־װערטער. קײן אנדער מחזור קאן זיך מיט דער דאזיגער איניציאלךמאלערײ ניט גלײכן׳ ער איז ניט דאטירט און שטאמט זיכער פון מיטן דעם 14 טן יארהונדערט. די מזלות פון די חדשים תשרי און חשון (ז• 3 און 14) זײנען פון דער נױרנבערגער הגדה ו .סא, װאס שטאמט פון יאר 4492 די האנטשריפט האט געשריבן דער םופר ױאל בן שמעון׳ װעלכער האט געלעבט אין מיטל־דײטשלאנד. •) דעם מאטעריאל װעגן דעם װארמםער מחזור האבן מיר צו פארדאנקען דעם לערער ה׳ ש• ראטשילד אין װארמס און ה׳ ע• טעפליץ• 47

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.