Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 46

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 46 (sequence 56)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--124-9581409
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

געדענק אלע קרבנות׳ װאס מען האט אים געבראכט/ און איך טראכט אויך װעגן דעם׳ װאס ס׳װעט מיר נאך אױסקומען טאג־טעגליך צו ברענגען אים - לויט דער אנװײזונג פון זײנע כוהנים׳ - שװערע׳ בלוטיגע קרבנות!״ ״נײן׳ נײןז דאס איז ניט מײן גאטנ מײן גאט איז אן אומזיכטבארער׳ - ער פאדערט ניט׳ ער שרעקט ניט׳ ער קרײציגט ניטן״1) אין דעם לעצטן ״ברױו״ זײנעם מאכט גערשענזאן נאך א שריט װײטער און איז זיך מודה ומתודה אזוי: ״איך לעב (צװישן אײך) װי א פרעמדער * איך בין געליבט פון די אײנ־ װאוינער און איך ליב זײ; איך ארבעט פאר זײער װאויל׳ װײטאג מיט זײערע װײטאגן און פרײ זיך מיט זײערע פרײדןן אבער איך וױיס׳ אז איך בין א פרעמדער * באהאלטענערהײט טרויער איך נאך די פעלדער פון מײן הײם׳ נאך איר פרי־ לינג׳ נאך דעם גערוך פון אירע בלומעץ און דעם רײדן פון אירע פרויען אבער װאו איז מײן הײם? - איך װעל זי ניט זען׳ איך װעל שטארבן אין דער פרעמד• צײטענװײז בענק איך אזוי לײדנשאפטלעך נאך איר׳״ס••• ') דארטן־גופא. י) צװעלפטער בריװ׳ זײט 70. ד״ר א- ג ו ר ל א נ ד שריפט ״הײדנטום״ איר אבער׳ אומבאװאוסט פאר זיך אלײן׳ זײט א טיפישער רעפרעזענטאנט פון אן אנדערער - אויך זײער אלטער - שטרעבונג צו בילדער־ שטורמערײ״ס• אין ענטפער אויף די דאזיגע אויספירונגען פון זײן פרײנד איז גערשענזאן אפן מודה׳ אז ער קען ניט אננעמען׳ װי אױואנאװ׳ דעם ביזאהעריגן היסטארישן גאנג׳ אז ״דער אמת פון דער געשיכטע איז אין קײן אײנציגן פונקט ניט גע־ הײליגט פאר אים״2)• װאו נאר ער זעט אן אומריכטיקײט׳ א פאלשקײט - זאגט ער גאנץ אפן: ״דו ביסט א ליגן׳ איך קען זיך פאר דיר ניט בוקן״3)• ״איך זאג צו פערונען (דעם אלט־ סלאװישען גאט): דו ביסט א הילצערנער געץ און ניט קײן גאט י גאט שפיר איך אלס א אומזיכטבארן און אומעטום־ זײענדיגן * איר אבער פלײסט זיך מיר אײנצורײדן׳ אז דער דאזיגער געץ איז דער םימבאל פון מיין גאטהייט׳ און אזוי װי נאר איך װעל ארײנדרינגען אין זײן באהאלטענעם זין - װעט ער בא מיר װערן א ״במקום״ פון א גאט״ ״איך *) זײט 49-48. 2) זײט 56. 3) זײט 57-56. צו די מיטלאלטערישע האנטשריפטמאלערײען• שוין מיטן ערשטן קוק דערפילט מען דעם חלוק צװישן פארשײדענע מיטלאלטערישע האנטשריפטמאלערײען• מ׳קאן דאס אבער דערקענען אביעקטױו אויך לויט געװיסע סימגים. קודם כל דערקענט מען דאס אין דעם כאראקטער פון דער שריפט• די צײט און דאס ארט איז שוין אפטמאל ארויםצוזעהן פון דעם טעקסט׳ פון די געאגראפישע און אײגעננעמען׳ פון היסטארישע געשעהענישן׳ פון לוח־דאטעס וכדומה׳ אבער די האנטשריפט גופא איז דער בעסטער באװייז. אויב די שריפט איז אויסגעפירט מיט ארערפעדער׳ קומט זי ארויס קדעפטיגער׳ מאסױוער׳ אײדער מיט א גענזעפעדער. געװיסע פארמעס פון אותױת׳ שולגעװאוינהײטן גײען איבער בירושה פון דור צו דור אין א געװיס ארט. אין איצטיגן נומער ברײנגען מיר מוסטערן דורכאויס פון פראנצױזיש־דײטשישער שריפט. א קעגן דער קרעפטיגער שפאנישער שריפט (א מוסטער דערפון איז געבראכט אין ו.סא ״מילגרוים״ פון דער הגדה אין בריטישן מוזעאום 14761 איז די פראנצויזיש־דײטשישע שריפט פײנער׳ צירליכער. דער גערמאניש־פרענקישער כאראקטער פונ׳ם װארמםער מחזור׳ װאס פון אים איז דא געבראכט צװײ בלעטער (ז• ו און ז. 4)׳ לאזט זיך דערקענען אין דער טעכניק פון דער גענזעפעדער און אין דעם׳ װאס די אותױת זײנען עטװאם געבויגן אויף לינקס. אין דער אױסגעצויגנקײט פון די װערטיקאלע שטריכן דארף מען זעהן די װירקונג פון דער גאטיק♦ נאך אן אנדער סטילסימן׳ װאס מ׳דארף זוכן אין די בילדער גופא׳ איז צו זעהן אין די ארכיטעקטאנישע עלעמענטן• אין ווארמסער מחזור׳ װי אױך אין לייפציגער מחזור׳ װאס פון דארט איז גענומען די חתן־כלה־פאר (ז♦ 2)׳ געפונען מיר א גאטישן פארטאל׳ אזוױוי ער איז באקאנט פון דער פריהערדיגער תקופה: מאסױוע זײלען(אירושה פון דער ראמאנישער קונסט־תקופה) מיט מייסטענס א פארקיילעכטן בויגן• דאס זעהן מיר אפט אין דער בויארט אין דעם 3וטן און נאך אין אנ הויב 4ו טן יארהונדערט. שפעטער װערן די זײלן שלאנק און לאנגגעצויגן׳ דער בויגן װערט שפיציג. נאך א סטילםימן לאזט זיך דערקענען׳ װען מ׳אנאליזירט די פיגורן־מאלערײ• די פיגורן לאזן זיך כאראקטעריזירן דערהויפט פון דער קלײדונג. ענג־געפאםטע קלײדער׳ שמאלע ארבל׳ פעסט פאר־ קנעפעלט בא דעם האנטגעלענק׳ שפיציגע שוך׳ — געהערן צום סטיל פונ׳ם 13 טן׳ 4ו טן יארהונדערט• אין ווארמסער און אין לייפציגער מחזור (ז. ו ׳2) טראגן נאך די מענער שפיציגע ײדישע היטלען׳ אזויווי מ׳האט דאס געפאדערט פון יידן אין די דייטשישע לענדער. די האלטונג פונ׳ם קערפער איז עטוואם אויסגעצויגן׳ אזויווי מיר זעהען דאם אין דער פארם פון די 46

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.