Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 45 (sequence 55)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--123-9581408- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
טורעלער באװאוסטזײן איבערהויפט האט זיך ארויסגעקריס- טאליזירט מער פאר אלץ א דאנק דעס צוזאמענשטויס און דער ״גױאישער״ רעאקציע קעגן דעם ײדנטום מצד דער מא־ דערנער אײראפעאישר קולטור׳ - א רעאקציע׳ װאם ם׳איז ניט ריכטיג אלעמאל צובאצײכענעןמיט דעם װארט ״אנטיזעמיטיזם״ - אזוי אויך - אין אונזער ספעציעלן פאל - איז דער ״גױאיש־ קײט״ פון זײן פרײנד באשערט געװען צו שפילן די ראלע פון א ״הײבאם״ בײם געבארן װערן פון גערשענזאנם נײעם - ײדישן - באװאוסטזײן• זעענדיג׳ אז דער טעארעטישער װיכוח צװישן זײ װערט אלץ מער פארװיקלט און פארפלאנטערט׳ אבער צו קײן אויס־ גלײך׳ צו א קלארן פועל־ױצא האט ער ניט געפירט׳ - פרובט אױואנאװ צוגײן צו דער זאך פון אן אנדער זײט - פון דער פםיכאלאגיש־פערזענליכער• א פאר אויםדרוקן בײ גערשענ־ זאנען׳ װי ״מומיעס״׳ ״געצך׳ ״פעטישן״ און פון דער אנדער זײט דאס בילד פון דעם ״בארג נבו״׳ פון װעלכן משה האט געזען דאס צוגעזאגטע לאנד ס׳ - אזעלכע רמזים זײנען פאר אים געװען גענוג׳ כדי אינטימער ארײנצודרינגען׳ צו רעקאנ־ םטרואירן די װעלט־אנשויאונג׳ די חלומות און בענקענישן פון זײן פרײנד• אױואנאװ כאפט אונטער דאס דאזיגע בילד פון דעם ״צו־ געזאגטן לאנד״׳ װאס חלומט זיך גערשענזאנען און װינקט איםפוןװײטן׳ אוןדי דאזיגע סימבאלןװערן׳ װאס װײטער׳ אלס קלארער און קאנקרעטער׳ ביז זײ װאקסן ארוים אין א װאנט׳ הינטער װעלכער דער גאנצער גערשענזאן פאר־ באהאלט זיך און װערט נעלם פון זײן פרײנדס אויגן• ״איר האט פײנט מצרים״׳ - רופט ער אים צו:- ״עס איז אײך נמאס געװארן איר ״מומיען־קולטור״ מיט איר גאנצער חכמה׳ װאס שטילט ניט אייער דורשט מער״• ״אייער נע־ונדישע אומבאזעסנקײט און אײער ברענענדיגן דארשט נאך קאלט װאסער׳ - דעם אלטןדארשט פוןדערפערציגיאריגער װאנדער־ ניש אינ׳ם מדבר׳ - װעט איר ניט אװעקגעבן פאר די פלײש־ טעפ פון מצרים׳ פאר אירע טעמפלען׳ פיראמידן און מומיעס׳ און די גאנצע חכמה און אלע מיסטעריעס פון מצרים״♦ ״א גליקלעכן װעג אין דעם צוגעזאגטן לאנד ארײן׳ װילט זיך אײך נאכשרײען׳ װארים װעגן איר קלערט איר און זי חלומט זיך אײך׳ אירע װײנשטאקן און אירע פײגנבוימער (״יעדערער וועט זיצן אונטער זיין פייגנבוים״׳ ווי עס שטייט געשריבן)׳ אירע אומענדלעכע פרוכט־פעלדער און קאלטע קװאלן׳ אבער וואו זי געפינט זיך און װאס אזוינס איז זי׳ - צי זי איז בכלל ניט פון יענער זײט פון אונזער װירקלעכער װעלט׳ - דאס אינטערעסירט אײך כמעט גאר ניט צו װיםן: אבי נאר קומען אהינצו (און קומען מוז מען צו איר׳ װארום זי איז דאך ״צוגעזאגט״ לעװאדן 0׳ אדער װײניגסטענס דערזעהן זי פון דערװײט״־). און װײטער גיט ער פון גערשענזאנען אזא כאראקטעריסטיק: ״עם באװעגט אײף דוכט זיך מיר׳ א טיפער און פארבארגענער אימפולס׳ װעלכער איז פאלאריש אנטקעגענגעזעצט יענע אימ־ פולסן׳ װאס זײנען אין אלע דורות געװען די סיבה פון דער אײביגער געצנשאפונג׳ װעלכע הײסט אין דער הײליגער ') זײט 30• 2) זייט 46. קולטור׳״ װי מיר קענען זיי פון די ליטערארישע און רעליגיעז־ פילאזאפישע באװעגונגען׳ װאס זײנען פארבונדן מיט די נעמען פון רוסא אדער גראף טאלסטאי• בא ניט יידישע דענקער טראגן אזוינע באװעגונגען דאס רוב דעם כאראקטער פון פארנײנען די קולטור איבערהויפט׳ פון צוריקקערן זיך צו א ריין פרימיטױון צושטאנד פון דער געזעלשאפט• דאס קומט בא זײ געװײנליך פון א געפיל פון איבערמידונג׳ אלס רע־ אקציע קעגן א צו אינטענסױון׳ א צו גערוישפולן פערזענליכן לעבן• װען א ײד אבער נעמט זיך פאר אזא צערשטערונגס־ ארבעט׳ איז דאם ניט דערפאר׳ װאם אים פערזענליך איז מיאוס געװארן דאס קולטורעלע לעבן איבערהויפט׳ נאר װײל ער האט דערפילט די פאלשע טענדענצן פון דער הײנטיגער צױויליזאציע׳ װײל עס האט אנגעהויבן צו דריקן אויף אים איר הײדנישער אײבערגעבײ׳ אירע פארשײדענע אומגעזונטע אויםװאוקסן און אנשיכטונגען׳ און ניט װילנדיג הײבט זיך אים אן צו חלומען און צו בענקען נאך א רײנערן לעבן׳ נאך א הײליגער אײנארדנונג פון דער געזעלשאפט׳ נאך א איבער־ קערעניש אויף אלע געביטן פון דער מענטשליכער קולטור• גערשענזאן ״װיל ניט צוריקברענגען די מענטשהײט צו דער װעלטאנשויאונג און דעם לעבן פון די פידזשיאנער״, ״װיל ניט פארגעסן דעם אלף־בית און פארטרײבן די מוזען״׳1)׳ ער ״װיל ניט צוזאמן מיט דעם װאםער ארויסגיסן אויך דאם קינד פון דער וואנע״2)• קעגן װאס ער פראטעסטירט׳ איז דער ״גיפט״׳ דורך װעלכן דער ״לעבעדיגער קװאל פון אונזער גײסטיגן זײן איז פארסמט געװארך׳ קעגן די ״געצך׳ די ״פעטישך׳ די טויטע ״מומיעם״׳ אין װעלכע עס האבן זיך מיט דער צײט ״פארװאנדלט די אמאליגע גרויסע אנטפלעקונגען פון אמת׳ װאס זײנען אנטפלעקט געװארן צו אונזערע אבות״ 3)• און אזוי װערט מיט יעדן ״ברױו״ זײנעם אלץ מער און מער אויפגעדעקט דער ״בילדערשטורמער״׳ דער ראנגלער מיט ״אפגעטער״׳ מיט ״װערטךװאמפירך׳ װי ער דריקט זיך אויס׳ װעלכע פאדערן פון אונז די גרעסטע קרבנות׳ און פאר װעלכן די בעסטע מענטשן פון אונזער צײט בוקן זיך אפט אומבא־ ואוסט פאר זיך אלײן 4)• דורך אט דעם ארט׳ װי דער בר־פלונתא גערשענזאנ׳ם - דער היידניש־עסטעטישער װיאטשעסלאװ אױואנאװ נעמט זיך אן פאר די ״געצך׳ אויף װעלכע זײן פרײנד און געגנער פארמעסט זיך מיט דער האנט׳ װערט בעסער פאר אלץ בולט דער,קעגנזאץ׳ די גײסטיגע מחיצה׳ װעלכע טײלט זײ בײדן אפ• דורך דער דאזיגער געגנערשאפט װערט אויס־ געקריסטאליזירט גערשענזאנ׳ם ״םעמיטישקײט״׳ װעלכע װאלט אזוי געבליבן פון אונז פארבארגן - יענע ״אטאװיםטישע״ בענקשאפט און אומבאװאוסטע שטרעבונג צו דער רײנער לופט פונם ״מדבר״׳ װאס אױואנאװ האט אזוי פײן ארױסגעפילט און אזוי סימבאליש־בילדלעך געשילדערט• דורך דעם צוזאמענשטויס פון בײדנם װעלטאנשויאונגען - ריכטיגער שטימונגען און נשמה־צושטאנדן - פארשטײען מיר בעםער די אײגנטליכע פאזיציע פון גערשענזאנען׳ עס װערט פאר אונז אויפגעדעקט דער אינטימער ״פאטאס״ פון זיינע נייע זוכענישן♦ אזוי װי דער יידישער נאציאנאל־קול־ י) זײט 36. 2) זײט 37• 3) דארטן־גופא• *■) זײט 44. 45